„צווייטער דור‟ שילדערט חורבן דורך קונסט

Survivor’s Children Tell Holocaust Stories Through Art

איינע פֿון עליזה אָגעסטינס ווערק, „טאָבע‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער אויסשטעלונג, How to Spot One of Us
Aliza Augustine
איינע פֿון עליזה אָגעסטינס ווערק, „טאָבע‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער אויסשטעלונג, How to Spot One of Us

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 08, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

איין טייל פֿון דער אויסשטעלונג באַשטייט פֿון אָגעסטינס פּאָרטרעטן פֿון דערוואַקסענע קינדער וואָס שטאַמען פֿון דער שארית־הפּליטה. יעדער פּאָרטרעט איז אַזוי גרויס ווי אַ קינאָ־עקראַן, און ווײַזט ווי דאָס „קינד‟ האַלט און אין דער האַנט אַן אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די געראַטעוועטע קרובֿים. אינעם הינטערגרונט זעט מען איינע פֿון די לאַנדשאַפֿטן, וואָס אָגוסטין האָט פֿאָטאָגראַפֿירט בעת אירע רײַזעס איבער דײַטשלאַנד, פּוילן און איטאַליע אין 2013. איינער פֿון די פּאָרטרעטן איז פֿון איר שותּפֿטע אין דער אויסשטעלונג, דזשאַנעט קירשהײַמער.

„דזשאַנעט‟
Aliza Augustine
„דזשאַנעט‟

אין דעם צווייטן טייל פֿון דער אויסשטעלונג ווערט געוויזן קירשהײַמערס רירנדיקער 1/2־3־מינוטיקער פֿילם, How I Knew and When [ווי אַזוי און ווען איך האָב זיך דערוווּסט], באַזירט אויף איינעם פֿון אירע לידער. אינעם פֿילם באַשרײַבט קירשהײַמער געוויסע מאָמענטן, ווען זי האָט זיך דערוווּסט נאָך אַ פּערזענלעכן פּרט פֿון איר משפּחהס געשיכטע — און ווי אַלט זי איז געווען, ווען זי האָט זיך דאָס דערוווּסט. 

זי דערציילט, למשל, אַז ווען זי איז געווען 21 יאָר אַלט האָט זי אויסגעפֿונען, אַז איר טאַנטע עמאַליע איז נאָך דער מלחמה — אין 1947, פֿאָרנדיק מיטן פֿעטער דוד אויף דער שיף ׳קווין עליזאַבעט׳ קיין אַמעריקע — געווען אַזוי הונגעריק, אַז זי האָט יעדן טאָג צו פֿרישטיק אויפֿגעגעסן 12 בולקעס. „דאָס איז געווען די גליקלעכסטע צײַט פֿון איר לעבן,‟ זאָגט קירשהײַמער אינעם פֿילם. במשך פֿון די 1/2־3 מינוט, שפּילט אַ פֿידל אַן אומעטיקע מעלאָדיע, און זי, קירשהײַמער, דערציילט עס אַלץ אין אַ מאָנאָטאָנער שטים, בכלל אָן עמאָציעס — ווי זי וואָלט מיט אַלע כּוחות געפּרוּווט אײַנהאַלטן דאָס געוויין.

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט אָגעסטין דערציילט, פֿאַר וואָס זי, אַ פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָטאָגראַפֿין, האָט באַשלאָסן זיך אָפּצוגעבן מיטן חורבן. „יאָרן לאַנג האָב איך געהערט וועגן די דראַמאַטישע געשעענישן, וואָס מײַן טאַטע, פֿעטער און באָבע־זיידע האָבן איבערגעלעבט,‟ האָט זי געזאָגט. „דער זיידע איז געווען מײַן הויפּטקוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע. ער איז געווען אַ קירזשנער, און איך פֿלעג זיצן בײַ אים אין געשעפֿט אויף 64סטער גאַס אין מאַנהעטן, קוקן ווי ער אַרבעט מיט פּעלצן, און זיך צוהערן צו די מעשׁיות.‟