„צווייטער דור‟ שילדערט חורבן דורך קונסט

Survivor’s Children Tell Holocaust Stories Through Art

איינע פֿון עליזה אָגעסטינס ווערק, „טאָבע‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער אויסשטעלונג, How to Spot One of Us
Aliza Augustine
איינע פֿון עליזה אָגעסטינס ווערק, „טאָבע‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער אויסשטעלונג, How to Spot One of Us

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 08, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

 

איין קאַפּיטל האָט ספּעציעל פֿאַרכאַפּט אָגעסטינס פֿאַנטאַזיע: דער זיידע האָט דערציילט, אַז ער האָט געאַרבעט ווי אַן איבערזעצער פֿאַר דער „ווישי‟־רעגירונג אין פֿראַנקרײַך, און דורך דעם האָט ער געהאַט צוטריט צו די רשימות ייִדן, וואָס מע גייט דעפּאָרטירן. פֿאַרשטייענדיק, אַז דאָס וועט מסתּמא אויך זײַן דער גורל פֿון זײַן אייגענער משפּחה, איז ער אין 1942 אַנטלאָפֿן מיטן ווײַב, צוויי יונגע זין און אַנדערע ייִדן דורך די פּירענעזער בערג. אין שפּאַניע האָט מען צעטיילט די קינדער פֿון די דערוואַקסענע, און אַלעמען אַרײַנגעלייגט אין קעסטלעך אויפֿן טײַך, וואָס עמעצער האָט געשלעפּט מיט אַ שטריק; אַזוי זענען זיי אָנגעקומען קיין פּאָרטוגאַל. אָגעסטינס 9־יאָריקער טאַטע און זײַן 14־יאָריקער ברודער זענען אַליין געפֿאָרן קיין אַמעריקע אויף דער שיף „עס־עס סערפּאַ פּינטאָ‟, און גלײַך נאָכן אָנקומען אין ניו־יאָרק, האָט מען זיי געשיקט אין אַ יתומים־הויז אויף 6 חדשים, ביז די משפּחה האָט זיי אַרויסגענומען. אויף דער פֿראַגע ווי אַזוי האָט די משפּחה געוווּסט, וווּ די קינדער געפֿינען זיך, האָט אָגעסטין געענטפֿערט, אַז, ווי זי פֿאַרשטייט, האָט די אימיגראַנטן־אָרגאַניזאַציע „הײַאַס‟ דורכגעפֿירט דעם גאַנצן פּלאַן.

הגם אָגעסטין האָט צוויי ייִנגערע ברידער און עטלעכע קוזינען, ווייסן זיי אַ סך ווייניקער וועגן דער משפּחהס חורבן־געשיכטע ווי זי. „פֿון צײַט צו צײַט שטעלן זיי מיך פֿראַגעס, אָבער זיי געדענקען נישט די ענטפֿערס, שטעלן זיי מיך נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל די זעלבע פֿראַגעס,‟ האָט זי געזאָגט.

בײַ די מענטשן, וואָס פֿילן נישט קיין עמאָציאָנעל שײַכות מיטן חורבן, איז דאָס איבערגעבן ריינע פֿאַקטן פּשוט נישט גענוג. דעריבער איז דער ציל פֿון דער אויסשטעלונג אַרײַנצודרינגען די צוקוקער אין האַרצן אַרײַן דורך בילדער, פּאָעזיע און פֿילמען (אַפֿילו קורצע פֿילמען ווי קירשהײַמערס).

ווי עס האָט אַמאָל געשריבן דער ישׂראלדיקער שרײַבער אַהרון אַפּעלפֿעלד, וואָס איז אַליין אַ לעבן־געבליבענער פֿון חורבן: „נאָכן טויט פֿון די לעצטע עדות, טאָר מען נישט פֿאַרטרויען דעם אָנדענק פֿונעם חורבן בלויז די היסטאָריקער. איצט קומט די שעה פֿון קינסטלערישע שאַפֿונגען.‟

די עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג, How to Spot One of Us, וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 10טן פֿעברואַר, פֿון 5 ביז 7 אַ זייגער; אַרײַנטריט פֿרײַ. די אויסשטעלונג וועט דויערן ביזן 18טן מײַ.