אין אוקראַיִנע ברענגט געוואַלד נאָך מער געוואַלד

In Ukraine, Violence Generates More Violence

אַ גרופּע פּראָ־רוסישע סאָלדאַטן אויף דער וואַך אינעם „סערגיי פּראָקאָפֿיעוו אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד‟, אין דאָנעצק, אוקראַיִנע, דעם 7טן פֿעברואַר
Getty Images
אַ גרופּע פּראָ־רוסישע סאָלדאַטן אויף דער וואַך אינעם „סערגיי פּראָקאָפֿיעוו אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד‟, אין דאָנעצק, אוקראַיִנע, דעם 7טן פֿעברואַר

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 10, 2015, issue of March 06, 2015.

אַ פּוילישע סטודענטקע האָט מיר געזאָגט, אַז ס’איז כּדאַי צו זען דעם פֿילם Miasto 44 („שטאָט 44‟). הגם מיט לייענען אויף פּויליש, בפֿרט אַן אַקאַדעמישן צי אַ צײַטונג־טעקסט, האָב איך ניט קיין גרויסע צרות, איז מיר שווער צו פֿאַרשטיין אַ פֿילם. אָבער דאָ קומט צוניץ רוסיש: עמעצער פֿוילט זיך ניט איבערצוזעצן אויסלענדישע פֿילמען אויף רוסיש און זיי אַרויסצושטעלן אין אינטערנעץ. אַזוי קען מען קוקן גאָר נײַע פֿילמען, און „שטאָט 44‟ איז שפּאָגל־נײַ — אַרויס אין 2014.

דער פֿילם איז וועגן דעם וואַרשעווער אויפֿשטאַנד אין אויגוסט 1944, וואָס בלײַבט אַ סימבאָל פֿון פּוילישער העלדישקייט, ווי אויך אַ סימבאָל פֿון אָנגעווייטיקטע פּויליש־רוסישע באַציִונגען. די זאַך איז, אַז די רויטע אַרמיי איז צו יענער צײַט שוין געווען גאָר ניט ווײַט פֿון וואַרשע, אָבער זי איז ניט געקומען צו העלפֿן די מורדים, ווײַל זיי זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיט דער ניט־קאָמוניסטישער פּוילישער רעגירונג, באַזירט אין לאָנדאָן. דערפֿאַר איז געווען כּדאַי (די אָפֿיציעלע רוסישע געשיכטע פֿאַרטײַטשט עס, פֿאַרשטייט זיך, אַנדערש) צו דערלויבן די דײַטשן זיך בלוטיק אָפּרעכענען מיט די וואַרשעווער.

דער סך־הכּל פֿון דעם אויפֿשטאַנד איז געווען אַ שרעקלעכער: אַ קײַמה־לן פֿון 200 טויזנט תּושבֿים און טויזנטער מורדים זײַנען דערהרגעט געוואָרן, די שטאָט איז אין גאַנצן רויִנירט געוואָרן, צענדליקער טויזנטער פּאָליאַקן האָט מען פֿאַרשיקט אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אין אוישוויץ בתוכם, און אַזוי ווײַטער.

איך בין ניט אויסן צו רעצענזירן דעם פֿילם. לויט מײַן טעם, איז עס אַ געראָטענע אַרבעט, כאָטש געוויסע טענות צו „שטאָט 44‟ האָב איך אויך. אָבער דער עיקר, האָט דער פֿילם געמאַכט אויף מיר אַן אײַנדרוק צוליב דעם געדאַנק, וואָס איך האָב אין דעם פֿילם דערזען, דהײַנו: ראָמאַנטישע העלדישקייט קען פֿירן צו אַ ריזיקער קאַטאַסטראָפֿע. די יונגע מענטשן, וואָס זײַנען צענטראַלע פֿיגורן אין דעם פֿילם, האָבן זיך געקליבן אויף דער מרידה, ווי מע קלײַבט זיך אויף אַ פּיקניק אָדער, פּינקטלעכער, אויף אַן אַוואַנטורע מיט אַ געוויסן עלעמענט פֿון ריזיקע. זייער הייסער פּאַטריאָטיזם איז אויסגענוצט געוואָרן אין אַ צינישער פּאָליטישער שפּיל.

כ’האָב געקוקט דעם פֿילם וועגן וואַרשע, אָבער טראַכטן האָב איך געטראַכט מער וועגן די געשעענישן פֿון הײַנטיקע טעג, אין אוקראַיִנע. כ’וועל זיך דערלויבן די חוצפּה צו ציטירן זיך אַליין — פֿון מײַן אַרטיקל „איז די מרידה געווען באַרעכטיקט?‟, געשריבן אין מאַרץ 2014: „ס’איז אַוודאי גוט, אַז דאָס לאַנד וועט ווײַטער לעבן אָן אָט דעם שטיקל גאָרנישט [צו יענער צײַט איז דער פּרעזידענט יאַנוקאָוויטש אַנטלאָפֿן פֿון אוקראַיִנע], וועמען מע האָט געהאַט דעמאָקראַטיש אויסגעוויילט. ס’איז באַוווּסט, אַז דעמאָקראַטיע איז אַ קאַפּריזנע זאַך און צו מאָל ברענגט זי אויף דער אייבערפֿלאַך צופֿעליקע צי פּשוט געפֿערלעכע יחידים. אָבער דער בלוטיקער פּרײַז, באַצאָלט פֿאַר אַראָפּוואַרפֿן וויקטאָר יאַנוקאָוויטשן, דערלויבט מיר ניט אַרײַנפֿאַלן אין קיין פֿריילעכער אייפֿאָריע.”