אין מאַרץ 2013 האָט אַליסאָן דזשאָסעפֿס, אַ 34־יאָריקע לערערין און די שרײַבערין פֿונעם בלאָג Jew in the City, אָפּגעהאַלטן אַ רעדע אין „ראָקלאַנד קאָמינוניטי־קאָלעדזש‟ וועגן איר גײַסטיקער רײַזע פֿון קאָנסערוואַטיוון יודאַיִזם ביז מאָדערן אָרטאָדאָקסיע. איר ציל איז געווען אויפֿצוקלערן די סעקולערע סטודענטן פֿאַרשידענע השׂגות פֿון דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסיע, ווי, למשל: ווי אַזוי קען מען גלייבן סײַ אין דער תּורה, סײַ אין דער וויסנשאַפֿט? פֿאַר וואָס גייען פֿרויען גייען אין דער מיקווה?, אאַז״וו.
איינער פֿון אַ ריי ווידעאָס פֿון דזשאָסעפֿס בלאָג, Jew in the City
אָבער נאָך דער רעדע איז צוגעקומען צו איר אַ מאַן־און־ווײַב, וואָס זענען, לויט זייער צניעותדיקן אָנטאָן, בפֿירוש נישט געווען קיין סעקולערע ייִדן. זיי האָבן איר דערציילט, אַז זיי האָבן פֿאַרלאָזט דאָס סאַטמערער שטעטל קרית־יואל, אָבער ווילן בלײַבן פֿרום, און ווילן זיך דערוויסן מער וועגן דעם אָרטאָדאָקסישן יודאַיִזם.
נאָך צוויי יאָר פֿון אָרגאַניזירן און געלט־זאַמלען, האָט דזשאָסעפֿס געגרינדעט אַן איניציאַטיוו, וואָס זאָל העלפֿן די חרדים מאַכן דעם איבערגאַנג צו מאָדערן־אָרטאָדאָקסיע. די איניציאַטיוו, Project Makom, וועט דורכפֿירן קלאַסן אויף פֿאַרשידענע טעמעס, קאַריערע־טרענירונג, און שטיצגרופּעס פֿאַר די וועלכע קלערן צו פֿאַרלאָזן די חרדישע וועלט. מע פּלאַנירט אויך אָפּצוהאַלטן אין אַפּריל דעם ערשטן שבתון, וווּ מע וועט גיבן לעקציעס אויף טעמעס ווי „פֿרויען און גמרא־לערנען‟ און „וואָס איז אַ מינהג, און וואָס איז אַ דין?‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.