(די 2 טע זײַט פֿון 3)
וויפֿל מענטשן פֿאַרלאָזן הײַנט די חרדישע וועלט ווייסט מען נישט פּינקטלעך, אָבער העלאַ ווינסטאָן, די מחברטע פֿון Unchosen: The Hidden Lives of Hasidic Rebels [די נישט־אויסגעקליבענע: דאָס געהיימע לעבן פֿון חסידישע רעבעלן], גיט איבער, אַז ס׳רובֿ ייִדן, וואָס גייען אַוועק פֿון דער חסידישער אָדער „ישיבֿישער‟ געזעלשאַפֿט, ווערן אויס פֿרום. „ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן מיר געזאָגט, אַז אין דער חרדישער וועלט האָט מען תּמיד געפּריידיקט, אַז עס איז פֿאַראַן בלויז איין ’אמתער‘ מין ייִדישקייט — דאָס וואָס מע האָט זיי דאָרט געלערנט.‟ אָפֿט מאָל געפֿינען זיך די „אָפּגעפֿאָרענע‟ ייִדן אין גאַנצן אַליין אין אַ קולטור, וואָס זיי פֿאַרשטייען בכלל נישט, און דערפֿאַר הייבן זיי אָפֿט אָן אײַננעמען נאַרקאָטיק, אַלקאָהאָל און לאָזן זיך אַרײַן אין ריזיקאַלישע סעקסועלע אַקטיוויטעטן.
אַ סך חרדים, וועלכע גייען אַראָפּ פֿון דרך זאָגן, אַז זיי האָבן עס געטאָן, ווײַל זיי האָבן זיך געזאָרגט, אַז זייערע קינדער וועלן זײַן פּונקט אַזוי נישט־צוגעגרייט צום מאָדערנעם לעבן־שטייגער ווי זיי אַליין. „איך וויל, אַז מײַן זון זאָל וויסן דאָס געפֿיל פֿון אויסלעבן זיך ווי אַ נאָרמאַל אַמעריקאַנער ייִדיש ייִנגל,‟ האָט איין טאַטע דערקלערט.
„מקום‟ איז נישט די איינציקע אָרגאַניזאַציע, וואָס באַמיט זיך צו העלפֿן די געוועזענע חסידים. Footsteps האָט שוין געהאָלפֿן בערך 800 חרדים צו פֿאַרלאָזן זייערע קהילות, שטודירן און זיך פֿאַרשרײַבן אין אַ קאָלעדזש. הגם מע קען באַקומען כּשר עסן בײַ Footsteps, מײַדט די אָרגאַניזאַציע אויס די רעליגיעזע טאָג־אָרדענונג. „ס׳איז וויכטיק, אַז די מענטשן זאָלן פֿילן, אַז יעדער קען קומען צו אונדז,‟ האָט דערקלערט לאַני סאַנטאָ, די דירעקטאָרין פֿון Footsteps. „אַוודאי ווילן מיר, אַז מענטשן זאָלן האָבן אַ געזונטן צוגאַנג צו זייער ייִדישער אידענטיטעט, אָבער דאָס איז זייער עסק.‟
סאַנטאָ איז נישט זיכער, צי ס׳איז טאַקע דאָ אַן אינטערעס בײַ די געוועזענע חרדים צו בלײַבן פֿרום. „אויב יאָ, קענען זיי תּמיד גיין צו חב״ד. אויב עס זענען טאַקע דאָ ייִדן, וואָס ווילן ווערן מאָדערן־אָרטאָדאָקס, איז זייער שיין, אָבער ס׳רובֿ פֿון די מענטשן וואָס קומען צו אונדז האַלטן, אַז מאָדערן־אָרטאָדאָקסיע איז בלויז אַ פֿאַרוואַסערטער נוסח פֿון ייִדישקייט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.