אַ דאַנק, פּראָפֿ’ קאָסטעלאָ!

Thank You, Prof. Costello!

דער לינגוויסט דזשאָן קאָסטעלאָ
Courtesy of Annenberg Foundation
דער לינגוויסט דזשאָן קאָסטעלאָ

פֿון לייזער בורקאָ

Published February 22, 2015, issue of March 20, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

קאָסטעלאָ איז אויך אָפֿט געפֿאָרן קיין פּענסילוועניע, כּדי צו פֿאָרשן דאָס „פּענסילוועניער דײַטש‟ פֿון דער דאָרטיקער אַמיש־באַפֿעלקערונג. אַזוי ווי אונדזערע חסידים, רעדן די אַמיש־דײַטשן אַ לשון, וואָס איז שטאַרק אויסגעמישט מיט ענגליש, דער עיקר־חילוק באַשטייט אין דעם, וואָס זיי זײַנען געקומען אַ סך פֿריִער קיין אַמעריקע, אין 18טן י”ה, איז די ענגלישע השפּעה בײַ זיי נאָך שטאַרקער. קאָסטעלאָ האָט געהאַלטן, אַז די פֿאַרענגלישונג פֿונעם אַמיש־דײַטש איז ניט אַ סימן פֿון אונטערגאַנג, נאָר פֿאַרקערט: עס ווײַזט, אַז די שפּראַך האַלט זיך און גיט זיך אַן עצה מיט דער הילף פֿון נײַע ווערטער, געבאָרגט פֿונעם שכן. איר צוקופֿנט איז דערווײַל זיכער, ווײַל די אַמיש־דײַטשן זײַנען פּונקט אַזוי פֿרוכפּערדיק ווי אונדזערע חסידים. (גאָר אַן אינטערעסאַנטן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן זיי קען מען זען דאָ.)

דאָס לעצטע מאָל האָב איך געזען פּראָפֿ’ קאָסטעלאָ מיט אַן ערך דרײַ יאָר צוריק, ווען איך בין געקומען זיך האַלטן אַן עצה מיט אים וועגן מײַן דיסערטאַציע־טעמע. קיין גרויסער ייִדיש־ספּעציאַליסט איז ער אַוודאי ניט געווען, כאָטש ער האָט יונגערהייט זיך אויסגעלערנט צו לייענען די אותיות און ער האָט געוווּסט אַ פּאָר אויסדרוקן און ווערטלעך, וואָס ער האָט אַ מאָל גענאַשט בײַ די אַלטע ייִדן אין זײַן אָפּטייל. (דער ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט האָט אַ מאָל געהאַט אַ שטאַרקערן ייִדישן כאַראַקטער ווי הײַנט; מע האָט זיך אַפֿילו געוויצלט, אַז ער הייסט ניט NYU, נאָר NYJew.) אָבער קאָסטעלאָ האָט געוווּסט אַ סך וועגן דעם קאָנטעקסט פֿון דער אַרבעט פֿון די אַמאָליקע ייִדישע לינגוויסטן; ער איז אַליין געווען אַ רעדאַקטאָר פֿונעם לינגוויסטיק־זשורנאַל Word (וואָרט), וואָס אוריאל ווײַנרײַך האָט רעדאַקטירט אין די 1950ער יאָרן, און ער האָט אַררויסגעגעבן אַ ספּעציעלן נומער וועגן דער געשיכטע פֿונעם „לינגוויסטן־קרײַז‟.

ווי עס טרעפֿט זיך אַ מאָל, זײַנען קאָסטעלאָס לעצטע יאָרן, אַ פּנים, ניט געווען קיין פֿריילעכע. צוליבן אַרטריט איז ער אַרומגעגאַנגען אויף קוליעס, געדאַרפֿט פֿאָרן צו דער אַרבעטן מיט אַ ספּעציעלן אַליזירטן אויטאָ. אויך אַז קאָסטעלאָ האָט זיך צעקריגט מיט די אַנדערע רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל. די מאַנוסקריפּטן פֿאַרן איצטיקן נומער פֿון „וואָרט‟ האָט ער, ווײַזט אויס, צעשטערט, און מע האָט געדאַרפֿט רעקאָנסטרויִרן די טעקסטן; דער נײַער נומער גייט אַרויס מיט אַ גרויסער פֿאַרשפּעטיקונג.

ס׳איז ניטאָ קיין ספֿק, אַז פּראָפֿ’ קאָסטעלאָ איז שטענדיק געווען אַ ביסל אַ טשודאַק, אַז ס׳איז בײַ אים לויז געווען אַ שרײַפֿל אין אייבערשטיבל. אין דער וויסנשאַפֿט איז ער אויך ניט געווען פֿון די גדולי־הדור, ער האָט פּובליקירט רעלאַטיוו ווייניק ביכער און אַרטיקלען אין משך פֿון זײַן לאַנגער קאַריערע. אָבער ער איז געווען אַ האַרציקער מענטש, אַ גוטער פֿרײַנד, און אַן אינספּיראַציע פֿאַר אַ סך סטודענטן אין משך פֿון איבער 40 יאָר. פֿאַר זיך אַליין קען איך זאָגן, אַז דאָס וואָס איך פֿאָרש און שרײַב הײַנט, איז אין אַ גרויסער מאָס געקומען דורך אים, און דערפֿאַר קומט אים אַ דאַנק. אַ דאַנק, פּראָפֿ’ קאָסטעלאָ!