(די 2 טע זײַט פֿון 3)
נעמצאָוו, אַן אומאָפּהענגיקע פֿיגור, האָט צו דער דאָזיקער מאַפֿיע ניט געהערט. פֿון דעסטוועגן האָט ער זיך אַזוי אָדער אַנדערש געהאַלטן אויף דער אייבערפֿלאַך, געווען צווישן די פֿירער פֿון דער שוואַכער אָפּאָזיציע, וועלכע די מלוכה האָט דערלויבט אַ ביסל צו זשיפּען. די לעצטע צײַט איז ער געווען אַ דעפּוטאַט פֿון דעם פּראָוויזאָרישן פּאַרלאַמענט פֿון דער יאַראָסלאַווער געגנט. מיט אַנדערע ווערטער, מען האָט וועגן אים ווייניק געהערט. און דער מענטש, וואָס האָט ניט ספּעציעל גענישטערט אין דער אינטערנעץ, האָט וועגן נעמצאָוון אין גאַנצן פֿאַרגעסן.
און פּלוצעם האָט מען אים פֿרײַטיק אויף דער נאַכט דערשאָסן. און געטאָן האָט מען עס ממש טעאַטראַליש: ווען ער איז געגאַנגען פֿון אַ רעסטאָראַן מיט זײַן יונגער בילד־שיינער חבֿרטע. פֿיר קוילן האָבן אים דעריאָגט, ווען דאָס פּאָרל איז געגאַנגען איבער אַ בריק, וואָס איז גלײַך לעבן קרעמל, עטלעכע הונדערט טריט פֿון פּוטינס אָפֿיציעלער רעזידענץ. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די מערדער האָבן עס בכּיוון געמאַכט דאָרטן, ניט געוואָלט וואַרטן, ווען דאָס פּאָרל וועט פֿאַרקערעווען אין אַ זײַטיקער גאַס.
ברעכט מען איצט די קעפּ, ווי אַזוי צו פֿאַרטײַטשן די פּרטים פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעל אויסגעפֿילטן מאָרד. האָט מען עס געטאָן, כּדי איבערשרעקן די נישטיקע רעשטלעך פֿון דער אָפּאָזיציע? אָבער ווער האָט געוואָלט אָנטרײַבן דעם שרעק — פּוטין צי, פֿאַרקערט, די וואָס האָבן געוואָלט וואָרענען פּוטינען אויך? מע רעדט אויך וועגן דעם, אַז חשבונות מיט נעמצאָוון האָבן געקענט האָבן מוסולמענישע טעראָריסטן. אַנדערע מאָטיוון זײַנען מעגלעך אויך. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דאָס האָבן געקענט אָפּטאָן די אָדער יענע נאַציאָנאַליסטישע ראַדיקאַלן, צעהיצטע אין דער איצטיקער אַטמאָספֿער פֿון שׂינאה צו דער „פֿינפֿטער קאָלאָנע‟. און ס׳איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז קיין קלאָרן ענטפֿער אויף די פֿראַגעס וועט מען קיין מאָל ניט באַקומען.
זונטיק האָבן אַריבער 50 טויזנט מענטשן, דער עיקר מאָסקווער תּושבֿים, אַדורך דעם בריק, פּאַזע דעם אָרט פֿונעם מאָרד, אין אַ מאַרש אין אָנדענק פֿון דעם 55־יאָריקן פּאָליטיקער. קלענערע מאַרשן און אַנדערע טרויער־אונטערנעמונגען זײַנען אָרגאַניזירט געוואָרן אין אַנדערע רוסישע שטעט, ווי אויך אין אויסלאַנד. אַזאַ עולם האָט די אָפּאָזיציע שוין לאַנג ניט צונויפֿגעקליבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.