(די 3 טע זײַט פֿון 3)
דער טרויער־מאַרש האָט פֿאַרביטן דעם מאַרש פֿון דער אָפּאָזיציע, וואָס איז געווען פֿאַרפּלאַנירט אויף דעם זעלבן טאָג. טאַקע צוליב דעם דאָזיקן מאַרש איז נעמצאָוו געקומען קיין מאָסקווע. ער האָט געדאַרפֿט זײַן איינער פֿון זײַנע פֿירער. און דאָס איז נאָך איין זאַך, וועגן וועלכער מע הערט ניט אויף צו רעדן: צי די צײַט פֿון דער מערדערישער אָפּעראַציע איז געווען פֿאַרבונדן מיטן פֿאַרפּלאַנירטן מאַרש?
די רעאַקציע פֿון דער רעגירונג און דער אָפֿיציעלער מעדיאַ ווײַזט, אַז דער רעזשים האָט זיך פּשוט איבערגעשראָקן. מע ווייסט דאָך, אַז פֿון אַזעלכע „קלייניקייטן‟ קען אויסוואַקסן אַ גרעסערער, אַ סך געפֿערלעכערער פּראָטעסט. די מעדיאַ שרײַט, אַז די מערדער דאַרף מען זוכן אין דער אָפּאָזיציע, אין אַמעריקע, אין אוקראַיִנע. בינו־לבינו האָט מען אויסגעקליבן אַ סטראַטעגיע ניט צו דערקוועטשן די טרויער־מאַרשן (כאָטש אַ סך מענטשן האָבן געטראָגן אַנטי־פּוטינישע פּלאַקאַטן), נאָר פּרוּוון אַרײַנצונעמען זיי מער אָדער ווייניקער אין דעם הויפּט־שטראָם. מע שטרײַכט אונטער, אַז צווישן די מאַרשירנדיקע זײַנען כּלומרשט געווען ניט ווייניק לײַט, וואָס האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט דער אָפּאָזיציע, נאָר פּשוט אַרויס צוליב זייערע מענטשלעכע סימפּאַטיעס צו נעמצאָוון.
אַ טייל פֿון דער דאָזיקער סטראַטעגיע איז צו לויבן נעמצאָוון, און מע טוט עס אין די זעלבע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, צו וועלכע מע האָט אים יאָרנלאַנג אַפֿילו נאָענט ניט צוגעלאָזן. איצט איז ער — אַ טויטער — געוואָרן אַ וווילער, אַ נאַש־בראַט, אַן אויפֿריכטיקער, אַ טעטיקער וכ’. אַפֿילו פּוטין האָט אַרויסגעוויזן זײַן מיטגעפֿיל, אָנגעשריבן וועגן דעם אין אַ טעלעגראַם צו נעמצאָווס ייִדישער מאַמען, דער 87־יאָריקער דינע איידמאַן, וואָס וווינט אין ניזשני נאָווגאָראָד. נעמצאָוו האָט דערציילט, אַז די מאַמע פֿלעגט אים שטענדיק בעטן, ער זאָל אויפֿהערן צו קריטיקירן פּוטינען — „אַניט וועט ער דיך הרגענען‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.