די „הר-הצופֿים טאָגשול‟ אין מעלבורן רופֿט אירע גראַדואַנטן פֿון די יאָרן 1965, 1975, 1985, 1995, 2005 און 2010 צו העלפֿן אָרגאָניזירן צוזאַמענטרעפֿן מיט חבֿרים און פֿרײַנד פֿון דער שול. „הר הצפֿים‟ איז די גרעסטע ייִדישע טאָגשול אין אױסטראַליע.
אײנער פֿון די געליטענע אינעם אױסטראַלישן „סעקסועלע מיסברױכן קעגן קינדער‟־סקאַנדאַל, דער װאָס האָט פֿאַרלױרן זײַן סטיפּענדיע און האָט װײַטער ניט געקענט זיך לערנען אין דער טאָגשול בײַ דער מעלבורנער ישיבֿה נאָך דעם װי זײַן מאַמע האָט זיך באַקלאָגט פֿאַר הרבֿ גליק װעגן די מיסברױכן װעלכע זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן אים אין דער ישיבֿה, האָט געלױבט הרבֿ אבֿרהם גליק, װאָס האָט געזאָגט אַז ער רעזיגנירט אַלע זײַנע אַמטן, כּדי די געליטענע זאָלן קענען אָנהײבן הײלן זיך עמאָציאָנעל װאָס גיכער.
דער זעלבער געליטענער האָט געשריבן אַ בריװ צו הרבֿ צבֿי־הירש טעלזנער, דעם הױפּט־רבֿ בײַ דער מעלבורנער ישיבֿה. אינעם בריװ פֿאָדערט ער, אַז הרבֿ טעלזנער זאָל אױך רעזיגנירן פֿון אַלע זײַנע אַמטן. ער שטרײַכט אונטער, אַז הרבֿ טעלזנער פֿאַרשטײט ניט אױף װיפֿל זײַנע רײד און אױפֿפֿירונג מצד די געליטענע װעלכע האָבן זיך באַקלאָגט פֿאַר דער פּאָליצײ און זײערע משפּחות פּײַניקט זײ נאָך אַלץ. דער נאָמען פֿון דעם געליטענעם איז ניט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן.
פֿרױ שאַרלאָט װידאָר איז באַשטימט געװאָרן צו זיצן דרײַ יאָר אױפֿן נײַעם אױסטראַלישן מולטי־קולטורעלן ראַט צוזאַמען מיט נאָך פֿינף עטנישע אױסטראַליער פֿון אַנדערע עטנישע גרופּעס. דער ראַט װעט געבן עצות צו דער שטאַטישער רעגירונג װעגן מולטי־קולטורעלע פּראָגראַמען און פּאָליטיק. װידאָר איז געקומען קײן אױסטראַליע פֿון פּױלן װי אַ יונג קינד אין אײנעם מיט אירע עלטערן.
דוד ענגעל װעט זײַן צו גאַסט אין מעלבורן במשך פֿון חודש מאַרץ און װעט האַלטן דרײַ רעפֿעראַטן בײַם אױסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציװיליזאַציע בײַ מאָנאַש־אוניװערסיטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.