(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער ערשטער רעפֿעראַט פֿאַרנעמט זיך מיטן פּרוּװ פֿון אָטאָ פֿראַנק, דעם פֿאָטער פֿון אַנאַ פֿראַנק, צו באַקומען אַן אַמעריקאַנער װיזע פֿאַר זײַן משפּחה און צו פֿאַרלאָזן אײראָפּע אין 1941. דער צװײטער רעפֿעראַט פֿאַרנעמט זיך מיטן טאָגבוך פֿון אַ ייִדישן פּאָליציאַנט אין אַ געטאָ אין פּױלן במשך פֿונעם דריטן חורבן. דער דריטער רעפֿעראַט פֿאַרנעמט זיך מיט דעם, װי אַזױ מע האָט באַטראַכט דעם װאַרשעװער געטאָ־אױפֿשטאַנד במשך פֿון די פֿאָריקע 70 יאָר.
דער ייִדישער מוזעום פֿון אױסטראַליע, װאָס געפֿינט זיך אין מעלבורן, זוכט אַ נײַעם אַנטװיקלונגס־דירעקטאָר פֿאַרן מוזעום. דער מענטש דאַרף האָבן דערפֿאָלג בײַ זאַמלען געלט און דאַרף אױך קענען מיטאַרבעטן סײַ מיטן מוזעומס אַלגעמײנעם דירעקטאָר, סײַ מיט דער אַנטװיקלונגס־גרופּע װאָס עקזיסטירט שױן בײַם מוזעום.
די אָרגאָניזאַטאָרן פֿונעם „אין אײן קול‟־פֿעסטיװאַל און קאָנצערט אין מעלבורן האָבן געמאָלדן, אַז אַכט ייִדישע כאָרן װעלן אָנטײלנעמען אינעם הײַ־יאָריקן קאָנצערט בײַם פֿעסטיװאַל.
די „לירון‟ (העברעיִש) און „מיר קומען אָן‟ (ייִדיש) געזעלשאַפֿטלעכע כאָרן װעלן זינגען. פֿון צװישן די היגע ייִדישע יוגנט־גרופּעס װעט זינגען דער „סקיף‟־כאָר, װאָס װעט פֿאָרשטעלן ייִדישע לידער. פֿון צװישן די טאָגשולן װעלן פֿאָרשטעלן די כאָרן פֿון דער „שלום עליכם פֿאָלקשול‟, פֿונעם ביאַליק־קאָלעדזש, פֿון דער „דוד המלך שול‟, פֿונעם הר הצופֿים־קאָלעדזש און פֿונעם יבֿנה־קאָלעדזש.
די „מכּבי‟־קלובן װעלן אָנפֿירן מיט ספּאָרט־װאַרשטאַטן און די יוגנט־גרופּעס „סקיף‟, „הבנים דרור‟ און „השומר הצעיר‟ װעלן אָנפֿירן מיט ספּעציעלע אַקטיװיטעטן פֿאַר קינדער במשך פֿונעם טאָג. עס װעלן אױך זײַן האַנט־אַרבעט און קונסט אַקטיװיטעטן פֿאַר קינדער און דערװאַקסענע.
דער „אין אײן קול‟ קאָנצערט און פֿעסטיװאַל װערט דורכגעפֿירט פֿונעם „סקיף‟ (די יוגנט־גרופּע פֿונעם יִידישן אַרבעטער־בונד) און דעם „קדימה‟ קולטור־צענטער און פֿאָלקס־ביבליאָטעק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.