מע דאַרף ניט זײַן קיין זקן צו געדענקען, אַז ביז אין די שפּעט־1990ער יאָרן האָט די וועלט באַטראַכט די מלחמות אין אירלאַנד און אין ישׂראל ווי צווילינג־קאָנפֿליקטן, וואָס ס׳איז זיי ביידע „אוממעגלעך צו לייזן‟. זיי קומען אַרויס, פֿלעגט מען כּסדר זאָגן, פֿון אַן אוראַלטער שׂינאה פֿון קדמונים צווישן צוויי פֿעלקער, וואָס גייט איבער פֿון דור צו דור שוין הונדערטער יאָרן — קיין שלום קען ניט זײַן צווישן זיי.
נו, ס׳איז אַוועק אַ פּאָר יאָר און אין 1998 האָט דער קאַטוילישער צד אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיטן פּראָטעסטאַנטישן צד וואָס שייך אַ פּלאַן צו דעמאָקראַטיזירן די רעגירונג פֿון צפֿון־אירלאַנד, און צו פֿאַרזיכערן, אַז אַלע באַוואָפֿנטע גרופּעס זאָלן אַוועקלייגן דאָס געווער. אין 2005 האָט די קאַטוילישע „אירלענדישע רעפּובליקאַנער אַרמיי‟ (IRA), וואָס האָט צענדליקער יאָרן געפֿירט אַ טעראָר־קאַמפּאַניע קעגן דער פּראָטעסטאַנטישער מאַכט און דער ענגלישער „אָקופּאַציע‟, סוף־כּל־סוף אויפֿגעגעבן דעם מיליטערישן קאַמף און האָט מסכּים געווען צו פֿירן אַ פּאָליטיק פֿון שלום. די פּראָטעסטאַנטישע מיליציעס האָבן געטאָן דאָס זעלבע, און ניט געקוקט אויף אַ צאָל אינצידענטן און אומרוען, וואָס זײַנען דערנאָך פֿאָרגעקומען, קען מען הײַנט זאָגן, אַז דער קאָנפֿליקט אין צפֿון־אירלאַנד האָט זיך געענדיקט.
פֿון דעם, וואָס די אירלענדער האָבן געמאַכט שלום צווישן זיך, איז נאָך ניט געדרונגען, אַז די ישׂראלים מיט די פּאַלעסטינער וועלן דאָס אויך קענען טאָן. כאָטש טויזנטער מענטשן זײַנען אומגעקומען אין משך פֿון די יאָרן, האָבן די אירלענדער קיין אמתע מיליטערישע מלחמה מיט אָפֿענע שלאַכטן קיין מאָל ניט געהאַט. וויפֿל די קאַטאָליקן און די פּראָטעסטאַנטן זאָלן זיך ניט פֿײַנט האָבן, רעדן זיי פֿאָרט די זעלביקע שפּראַך און דער קולטורעלער חילוק צווישן זיי איז הײַנט אַזאַ קנאַפּער, אַז דרויסנדיקע פֿרעגן זיך, איבער וואָס קריגן זיי זיך אייגנטלעך?
פֿון דעסטוועגן, קען דער דערגרייכטער שלום אין צפֿון־אירלאַנד דינען ווי אַ משל, ווי אַזוי צו לייזן אַזעלכע לאַנגדויערדיקע קאָנפֿליקטן צווישן צוויי גרופּעס, וואָס וווינען אויף דער זעלביקער טעריטאָריע. צפֿון־אירלאַנד איז אַ קליין לענדל, בלויז 16% פֿונעם אינדזל, אַן ערך אַ העלפֿט פֿונעם שטח פֿון ישׂראל צוזאַמען מיט די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, מיט ווייניקער ווי צוויי מיליאָן אײַנוווינער. דער רעליגיעזער קאָנפֿליקט גייט דאָרט צוריק צום אָנהייב 17טן י”ה, ווען דער ענגלישער קעניג האָט באַזעצט די צפֿונדיקע „קאַונטיס‟ (פּראָווינצן) מיט געטרײַע פּראָטעסטאַנטישע אונטערטאַנער פֿון ענגלאַנד און שאָטלאַנד און פֿאַרטריבן פֿון דאָרט אַ סך פֿון די „ווילדע‟ קאַטוילישע אירלענדער, וואָס פֿלעגן כּסדר בונטעווען קעגן זײַן מאַכט. נאָך די דאָזיקע ערשטע קאָלאָניזאַטאָרן זײַנען געקומען נאָך צענדליקער טויזנטער שאָטלענדער, דער עיקר, צוליב עקאָנאָמישע סיבות — אַזוי פֿיל, אַז אַ סך צפֿון־אירלענדער רעדן אַ דיאַלעקט פֿון שאָטיש.
נאָך דעם ווי די אירלענדישע רעפּובליק האָט זיך דערקלערט אומאָפּהענגיק אין 1919, האָבן די צפֿונדיקע „קאַונטיס‟, די מער פּראָטעסטאַנטישע, זיך אָפּגעטיילט און זיי זײַנען געבליבן מיט ענגלאַנד. די פּראָטעסטאַנטן האָבן זיך אידענטיפֿיצירט ווי בריטישע בירגער, ניט ווי אירלענדער, און דערצו האָבן זיי מורא געהאַט צו זײַן אונטער דער מאַכט פֿון דער קאַטוילישער מערהייט, אויף וועלכער זיי האָבן אַראָפּגעקוקט מיט ביטול. פֿון דעסטוועגן, איז דער פּראָצענט קאַטאָליקן אין צפֿון־אירלאַנד צו ביסלעך געוואַקסן, פּשוט ווײַל קאַטאָליקן האָבן מער קינדער, און מיט דער צײַט איז געוואָרן קלאָר, אַז די פּראָטעסטאַנטישע העגעמאָניע וועט דאָרט ניט אָנהאַלטן אויף אייביק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.