(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם צענזוס פֿון 2011 זײַנען די פּראָטעסטאַנטן צום ערשטן מאָל געוואָרן אַ מינדערהייט אין צפֿון־אירלאַנד, נאָר 48%, בשעת די קאַטאָליקן זײַנען אַרויף ביז 45%. דער באַלאַנס פֿון די כּוחות רוקט זיך כּסדר לטובֿת די קאַטאָליקן, וואָס וועלן ווערן די מערהייט אין עטלעכע יאָר אַרום. אינעם ייִנגערן דור, די שולקינדער, למשל, זײַנען הײַנט בלויז 40% פּראָטעסטאַנטן. ס’איז גאַנץ מעגלעך, אַז ווען די קאַטאָליקן וועלן קומען צו דער מאַכט, וועלן זיי באַשליסן צו פֿאַראייניקן צפֿון־אירלאַנד מיט דער רעפּובליק אין דרום, און אַזוי וועט די פּראָטעסטאַנטישע הערשאַפֿט ווערן אויס — נאָך פֿיר הונדערט יאָר.
צי קען אַזאַ לייזונג געמאָלט זײַן בײַ אונדז אין ישׂראל/פּאַלעסטינע? דערווײַל זײַנען די פּערספּעקטיוון אויף דעם ניט אַזוי פֿויגלדיק. אין אייראָפּע גייט די השפּעה פֿון די קירכן באַרג־אַראָפּ שוין צענדליקער יאָרן, די רעליגיע שפּילט הײַנט בײַ ס׳רובֿ אירלענדער ניט אַזאַ גרויסע ראָלע ווי פֿריִער. בײַ אונדז איז די אַנטוויקלונג אַ פֿאַרקערטע: די ישׂראלים ווערן פֿרימער, און די פּאַלעסטינער — נאָך מערער. די זעלביקע טענדענץ קען מען זען אין שײַכות מיט די נאַציאָנאַליסטישע אידעאָלאָגיעס: אין אייראָפּע ווערן זיי שוואַכער, און אירלאַנד איז אין 1973 געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אָבער אין ישׂראל/פּאַלעסטינע איז פֿאַרקערט: דער איצטיקער דור ישׂראלים און פּאַלעסטינער פֿילט זיך אַ סך מער ישׂראליש/פּאַלעסטיניש ווי דער אַלטער.
אין צפֿון־אירלאַנד זײַנען אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט די טעראָריסטן און די מיליציעס, מיד געוואָרן פֿונעם קאַמף. ווי לאַנג קען מען אומזיסט פֿירן אַזאַ מלחמה, וואָס ברענגט גאָרניט און דערשטיקט די עקאָנאָמישע אַנטוויקלונג פֿונעם לאַנד? ספּעציעל ווען אַלע אייראָפּעיִשע שכנים לעבן אַ גוטן טאָג און ס׳איז דאָ וועמען נאָכצומאַכן. אָבער אין מיטעלן־מיזרח ווערט מען קיין מאָל ניט מיד פֿון הרגענען זיך — ס’איז ווי דער נאַציאָנאַלער ספּאָרט. בשעת די קאַטאָליקן אין צפֿון־אירלאַנד זײַנען נאָר אַ ביסל הינטערשטעליק אַקעגן די פּראָטעסטאַנטן, לעבן אַ סך פּאַלעסטינער אין אַ קאַטאַסטראָפֿאַלן מצבֿ אין פֿאַרגלײַך מיט די ישׂראלים; די אומגלײַכקייט שטאַרצט אין די אויגן.
איז ווי לאַנג וועט עס נעמען, ביז מיר וועלן קומען צום זעלביקן מצבֿ, וואָס די אירלענדער האָבן מיט מזל דערגרייכט? נו, מע דאַרף האָבן געדולד צו וואַרטן, אָבער ס׳איז אַ סבֿרא, אַז די זעלביקע סאָציאַלע און עקאָנאָמישע פּראָצעסן, וואָס האָבן געבראַכט דעם אויסגעבענקטן שלום אין אירלאַנד, וועלן אויך, סוף־כּל־סוף, פּועלן בײַ אונדז. דער עיקר איז, מע זאָל ביז דעמאָלט קיינעם ניט דערשיסן אָדער אַליין דערשאָסן ווערן. און פֿאַר דעם איז אירלאַנד דווקא זייער אַ שיין אָרט צו וואַרטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.