זונטיק, דעם 1טן מאַרץ איז אין ניו־יאָרק ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 88 יאָר דער גרויסער סאָציאָ־לינגוויסט, ייִדישיסט און כּלל־טוער לטובֿת באַדראָטענע שפּראַכן, ד׳׳ר יהושע (שיקל) פֿישמאַן ע״ה. ער האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי געלע שווייד־פֿישמאַן, מיט וועלכער ער האָט געלעבט איבער זעכציק יאָר, דרײַ זין — מאָן, דוד און אַבֿרהם, 9 אייניקלעך און צוויי אור־אייניקלעך. זײַן שוועסטער איז געווען די ייִדישע פּאָעטעסע רחל פֿישמאַן (1935-1984).
ד׳׳ר פֿישמאַן איז געבוירן געוואָרן דעם 18טן יולי 1926 אין פֿילאַדעלפֿיע, פּענסילווייניע, דער זון פֿון ייִדישע אימיגראַנטן פֿון אוקראַיִנע און בעסעראַביע. זײַן פֿאָטער אַהרן איז געווען אַ פֿאַרברענטער ייִדישיסט, וואָס פֿלעגט יעדן טאָג פֿרעגן דעם יונגן שיקל: „וואָס האָסטו הײַנט געטאָן פֿאַר ייִדיש?‟ אין 1930 האָט זיך אָנגעהויבן זײַן ייִדישע דערציִונג אין די פֿילאַדעלפֿיער „אַרבעטער־רינג‟־שולן. זײַן פֿאָטער פֿלעג גיין מיט אים קלאַפּן אין פֿרעמדע טירן, כּדי צוצורעדן מענטשן צו שיקן זייערע קינדער אין די ייִדישע שולן. בעת ער האָט זיך געלערנט אין דער עפֿנטלעכער „אָלניער מיטלשול‟ אין פֿילאַדעלפֿיע, האָט ער אויך שטודירט אין אַ ייִדישער מיטלשול און אָנגעפֿירט מיט אַ „פּרץ יוגנט־קלוב‟, וואָס האָט אַרויסגעגעבן דעם ערשטן נוסח פֿונעם „יונגטרוף־זשורנאַל‟.
אין יענע יאָרן האָט ער זיך באַפֿרײַנדעט מיט אוריאל און גאַבי ווײַנרײַך. ער איז געווען אַן אויפֿפּאַסער אינעם ייִדישיסטישן זומער־לאַגער „נײַוועלט‟, צוזאַמען מיט גאַבי ווײַנרײַכן. בעת אַ באַזוך אין ניו־יאָרק בײַ די ווײַנרײַכס אין דער היים, האָט ד׳׳ר מאַקס ווײַנרײַך, דער דעמאָלטיקער דירעקטאָר פֿונעם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט, אים פֿאַרבעטן אויף אַ קאָנפֿערענץ. דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון זײַן לאַנג־יאָריקער פֿאַרבינדונג מיטן פֿאָרש־אינסטיטוט. ד׳׳ר פֿישמאַן איז געבליבן נאָענט, סײַ פּערזענלעך און סײַ פּראָפֿעסיאָנעל, מיט אוריאל און מאַקס ווײַנרײַך ביזן סוף פֿון זייער לעבן.
נאָכן פֿאַרענדיקן דעם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט באַקומען אַ באַקאַלאַווראַט אין געשיכטע און אַ מאַגיסטער אין פּסיכאָלאָגיע, האָט ער זיך געלערנט ייִדיש מיט מאַקס ווײַנרײַך בײַם „ייִוואָ‟. אין 1951 האָט ער אָנגענומען אַ שטעלע ווי אַ פּסיכאָלאָג פֿאַרן „ייִדישן דערציִונגס־ראַט‟ פֿון ניו־יאָרק. אינעם זעלביקן יאָר האָט ער חתונה געהאַט מיט זײַן ליבער לעבנס־באַגלייטערין, געלע. אין 1953 האָט ער פֿאַרענדיקט זײַן דאָקטאָראַט אין „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟ אין סאָציאַלער פּסיכאָלאָגיע. צו יענער צײַט האָבן אַ פּאָר ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס פּרובירט אָנצושטעלן דעם טאַלאַנטירטן יונגן דאָקטאָראַנט ווי אַ דערציִונגס־דירעקטאָר, אָבער ד״ר פֿישמאַן האָט געזען פֿאַר זיך גרעסערע האָריזאָנטן, און איז געגאַנגען אויף זײַנע אייגענע דרכים. אין 1958 האָט ער געלערנט דעם סאַמע־ערשטן קורס פֿון דער נײַער אַקאַדעמישער דיסציפּלין פֿון „סאָציאָלאָגיע פֿון שפּראַכן‟ (Sociology of Languages) בײַם שטאָטישן אוניווערסיטעט פֿון ניו־יאָרק. די דאָזיקע דיסציפּלין, וואָס איז הײַנט אַזוי נאָענט פֿאַרבונדן מיט ד״ר פֿישמאַנס קאַריערע, אַז ער ווערט באַטראַכט ווי איר „פֿאָטער‟, פֿאָרשט אויס די השפּעות פֿון אַ שפּראַך אויף אַ געזעלשאַפֿט. (דאָס נאָענט־פֿאַרבונדענע פֿעלד פֿון סאָציאָ־לינגוויסטיק פֿאָרשט אויס, פֿאַרקערט, די השפּעות פֿון אַ געזעלשאַפֿט אויף אַ שפּראַך).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.