די מענטשן, וואָס גיבן זיך אָפּ מיטן פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן, ראַנגלען זיך איצט מיט דער פֿראַגע: וואָס וועט מען טאָן, ווען עס וועלן שוין מער ניט בלײַבן קיין לעבעדיקע עדות פֿון יענע שרעקלעכע יאָרן? דער נײַער פֿילם Les Enfants de la Nuit (די קינדער פֿון דער נאַכט) פֿון פֿראַנסואַ לוי־קונץ און פֿראַנק אַשכּנזי שטעלט פֿאָר איין לייזונג אויף דער פּראָבלעם דורכן דערציילן די געשיכטעס פֿון די, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם ייִדישן חורבן, דורך אינטערוויוען מיט זייערע קינדער. דער פֿילם דערקלערט ניט בלויז די געשיכטעס פֿון די עלטערן, וואָס האָבן דורכגעלעבט דעם נאַצישן גיהנום, נאָר אויך די השפּעות, וואָס זייער טראַוומע האָט געהאַט אויפֿן קומענדיקן דור.
ווי עס גיט איבער דער ענגלישער טיטל Generation After Darkness (דער דור נאָכן פֿינצטערניש), לייגט דער פֿילם טאַקע דעם טראָפּ אויף די קינדער פֿון די ניצול־געוואָרענע פֿראַנצויזישע ייִדן. אַזוי אַרום איז דער מײַסטערהאַפֿטיקער און באמת רירנדיקער פֿילם, איינער פֿון די ערשטע, אויב ניט גאָר דער ערשטער דאָקומענטאַר־פֿילם, וועגן דעם נאַצישן גענאָציד, וואָס ווײַזט בכלל ניט קיין לעבנס־געבליבענע דערפֿון.
במשך פֿון די אינטערוויוען זיצן די קינדער פֿון די לעבנס־געבליבענע, אין זייערע 50ער און 60ער יאָרן, בײַ אַ טיש אין אַ טונקלן צימער, וואָס זעט אויס ווי אַ טייל פֿון אַ קיך. די „קיך‟ האָט אָבער זייער ווייניק ליכט און אַלצדינג דאָרטן — די ריזיקע שטולן, דער הויכער טיש, די סטעליע און דער דיל — איז געפֿאַרבט אין שוואַרץ. די „קיך‟, וואָס איז מער ענלעך צו אַ דעקאָראַציע אויף אַ בינע איידער אַ טייל פֿון אַ הויז, דינט ווי דער הינטערגרונט פֿאַר די זכרונות, וואָס די רעדנער דערציילן פֿאַר דער קאַמערע. די ענלעכקייט צו דער אינטימער סבֿיבֿה פֿון אַ היים, וואָס דאַרף זיי דערמאָנען די בילדער פֿון זייערע קינדער־יאָרן, ווערט אויך אַנטקעגנגעשטעלט אַנטקעגן דעם פֿינצטערניש, וואָס זאָגט עדות פֿון דער פּסיכאָלאָגישער טראַוומע, וועגן וועלכער עס רעדן די אינטערוויויִרטע.
צווישן די אינטערוויוען לייענט מען פֿאָר אויסצוגן פֿון באַקאַנטע מעמואַרן וועגן דעם חורבן אין דער זעלביקער צײַט, וואָס מע זעט פֿאַרשידענע בילדער, וועלכע דערמאָנען אין דער טראַגעדיע. אַנשטאָט צו באַנוצן זיך מיט די בילדער פֿון טויזנטער פֿאַרשטאַרטע גופֿים און פֿילמען פֿון קאַצעטניקעס גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג, וואָס מע זעט זיי כּמעט אין אַלע פֿילמען וועגן די לאַגערן, האָט לוי־קונץ באַשלאָסן פֿאָרצושטעלן אייגנאַרטיקע אַנימאַציעס, געמאַכט מיט ליימענע ליאַלקעס (claymation). די דאָזיקע אַנימאַציע־פֿילמען גיבן איבער דאָס געפֿיל פֿון אַ קאָשמאַר אָדער פֿון אַ קינדערישער פּראָבע פֿאָרצושטעלן די איבערלעבונגען פֿון די אייגענע עלטערן.
אין אַנדערע מאָמענטן זעט מען זעלטענע קאָלירטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס מע האָט געמאַכט פֿונעם ייִדישן לעבן אין פּאַריז בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע, ווי אויך די באַקאַנטע בילדער פֿון טויזנטער אויסגעדאַרטע מתים אין די לאַגערן. די סאַמע רירנדיקסטע און אַפֿילו שרעקלעכסטע געשטאַלטן זענען דווקא די אַנימאַציע־פֿילמען, וואָס צוזאַמען מיט דער טונקעלער „קיך‟, אין וועלכער עס קומען פֿאָר די אינטערוויוען, געבן צו צום גאַנצן פֿילם אַן אַטמאָספֿער פֿון אימה און טראַוומע.
אינעם פֿילם אינטערוויויִרט מען קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה, צווישן זיי צוויי פּסיכאָלאָגן: סילוויאַ סימאָן און מאַקס כּהן (וואָס איז באַקאַנט דעם „פֿאָרווערטס‟־לייענער צוליב זײַנע ווידעאָ־אינטערוויוען אויף אונדזער וועבזײַטל). אַזוי שילדערט כּהן דעם ייִדיש־רעדנדיקן קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, אין וועלכן ער איז אויפֿגעוואַקסן: „ס׳איז געווען אַן עולם, אָבער מענטשן האָבן דאָך אויסגעפֿעלט‟. וועגן זײַן באַציִונג מיט זײַנע עלטערן האָט כּהן איבערגעגעבן:
„מיר האָבן געוואָלט זײַן נאָרמאַלע קינדער מיט נאָרמאַלע עלטערן, אָבער אַנשטאָט דעם, האָבן מיר געהאַט מענטשן, וואָס האָבן זייער אַ סך געפֿאָדערט פֿון אונדז. זיי האָבן געוואָלט, אַז מיר זאָלן זיי היילן, אַז מיר זאָלן אַלצדינג אָפּמעקן‟.
סימאָן, די צווייטע פּסיכאָלאָגין, האָט דערציילט וועגן די מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, אַז „זיי זענען די תּכריכים און אַרונות פֿון די, וועלכע זענען געשטאָרבן, וואָס מע האָט ניט דערלויבט זיי צו האָבן קיין געהעריקע לוויה, קיין מצבֿות אָדער קיין נעמען‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.