טױזנט פֿאַרבן פֿון ליבע

A Thousand Colors of Love

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 12, 2015, issue of April 03, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

ליבע־שמיבע… װײס איך װאָס… ממש װי ניט איך, אַן אַלטער טרח, האָב עס אַ מאָל אָנגעשריבן. נו, װוּ זײַנען מײַנע זיבן גוטע יאָר?… זאָל איך אַזױ װיסן פֿון אונדזערע צרות. נאָר װאָס? אַז מע גיט אַ ניס אין לאָנדאָן, לאָזט זיך הערן און עס רופֿט זיך אָפּ אַזש אין ישׂראלעװקע. מאַי משמע, װאָס זאָל דאָס מײנען? אָט, הערט. דעם 6טן פֿעברואַר איז געװאָרן 63 יאָר, זינט איר מאַיעסטעט, די קעניגין עליזאַבעט די צװײטע איז אַרױף אױפֿן בריטישן טראָן.

לכּבֿוד דער „קײַלעכדיקער דאַטע‟ האָט מען אין לאָנדאָן סאַלוטירט פֿון די האַרמאַטן, קודם־כּל, 62 מאָל (כּדי צו דערמאָנען מיר אין מײַן עלטער), און נאָך דעם, נאָך אײן סאַלוט, און דאָס מאָל פּונקט 41 שאָסן. פֿאַר װאָס טאַקע 41 מאָל? זאָל איך אַזױ װיסן פֿון מײַן שכנהס דאגות, אָבער דער אײבערשטער איז אַן עדות, אַז טאַקע דער־אָ פֿײַערלעכער סאַלוט האָט בײַ מיר אַרױסגערופֿן אַ מילדע סימפּאַטיע, כּמעט אַ געפֿיל פֿון אַ זון צו דער געטרײַער בריטישער „מאַמע‟, װעלכע דערמאָנט מיר אױף אַזאַ אַריסטאָקראַטישן, הױפּט־אײדעלן אופֿן אין מײַן עלטער, װי אױך, אַז איך און מײַן פֿרױ, אַ לעבן אױף איר, לעבן צוזאַמען אײן און פֿערציק יאָר, בנאמנות, זינט פּורים תּשל״ד.

אַז מע לעבט אָפּ צוזאַמען אַזױ פֿיל יאָר װעט, לױטן אױסדרוק פֿון מײַן פֿעטער זיאַמע, „גאָר ניט שאַטן זיך מישבֿ זײַן מיט די אײגענע געפֿילן און באַשליסן, צו װעלכן מין פֿון ’מאָצע‘ געהערט דײַן זיװוּג‟, דהײַנו:

א׳ מצא אישה מצא טובֿ, געפֿונען אַ פּאַסיקע פֿרױ, געפֿונען דאָס כּולו־גוטס.
ב׳ ומוצא אני מר ממװת את האשה… און איך געפֿין, אַז ביטערער פֿון טױט איז די פֿרױ…
ג׳ אָדער, סתּם — מצה, אַ שװאַרצינקע, אַ טרוקענע און געשטיפּלטע דערצו.

אַז מע רוקט אַװעק אין אַ זײַט די איראָניש־קאָמישע נאָטקעס פֿון אַ סיטואַציע, אין װעלכער עס געפֿינט זיך אַ מענטש, װעלכער װיל פֿאַרשטײן און, סוף־כּל־סוף, אָננעמען אַ װיכטיקן באַשלוס פֿאַר זיך, צי איז ער באמת גליקלעך אין זײַן פֿאַמיליען־לעבן? — דאַרף מען, אַזױ מײן איך, קודם־כּל, אױסקלײַבן די סאַמע װיכטיקסטע געשעענישן אין זײַן לעבן — סײַ פּריװאַטס און סײַ געזעלשאַפֿטלעכס. און װי זאָל איך ניט דרײען און בלעטערן די זײַטלעך פֿון די ממש קורצע אײן און פֿערציק יאָר פֿונעם צוזאַמענלעבן מיט מײַן פֿרױ, קלײַבט אױס מײַן שׂכל און מײַן האַרץ נאָר צװײ געשעענישן, אױף װעלכע ס’ליגט אַ צײכן פֿון דער שכינה — דאָס געבורט פֿון אונדזער זון שכנא־שלמה און דאָס געבורט פֿון דער ייִדישער טעאַטער־סטודיע „מנורה‟.