שױן אַ גוטע צען יאָר װי דער „אין אײן קול‟־פֿעסטיװאַל איז ניט פֿאָרגעקומען אין מעלבורן. פֿאַר דעם איז דער פֿעסטיװאַל פֿאָרגעקומען אינעם פּאָפּולערן קאָלפֿילד־פּאַרק אַ גוטע צען יאָר. ער האָט דעמאָלט צוגעצױגן אַן עולם פֿון העכער 15,000 מענטשן יאָר אױס, יאָר אײַן. האָבן זײַנע אָרגאַניזאַטאָרן, דער „סקיף‟ (די יוגנט־גרופּע פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד) און דער „קדימה‟ ייִדישער קולטור־צענטער און פֿאָלקס־ביבליאָטעק באַשלאָסן, אַז דער פֿעסטיװאַל זאָל װידער פֿאָרקומען הײַיאָר, און דװקא אױף די גאַסן, װוּ עס געפֿינען זיך די שלום־עליכם פֿאָלקשול און קינדער-גערטנער, דער ייִדישער חורבן־מוזעום און פֿאָרשצענטער, און די „קדימה‟ אַלײן.
די היגע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אױסגעשטעלט טישן מיט אינפֿאָרמאַציע פֿאַר פֿאַראינטערעסירטע פֿאַרבײַגײער, װעלכע האָבן זיך אָפּגעשטעלט צװישן דעם עסן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאכלים, װעלכע זײַנען פֿאַרקױפֿט געװאָרן בײַם פֿעסטיװאַל, און דעם צוהערן זיך צו אָרטיקע ייִדישע קאַפּעליעס, טאַנץ־גרופּעס, שולכאָרן — דעם „סקיף‟־כאָר, דעם „מיר קומען אָן‟־כאָר און אַנדערע כאָרן. עס זײַנען אױך געװען כּלערלײ רײַטן פֿאַר קינדער, האַנט־אַרבעט און קונסט־אַקטיװיטעטן, ווי אױך פֿאַר דערװאַקסענע.
די אָנפֿירער פֿון לאָקאַלע ייִדישע יוגנט־גרופּעס האָבן אָנגעפֿירט מיט די אַקטיװיטעטן פֿאַר קינדער, און דער עולם האָט זיך געפֿרײט מיט דער הײמישער סבֿיבֿה, װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן. הלװאַי אױף איבעראַיאָר!
דער ערשטער „לימוד אָז‟ — געװעזענער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין אױסטראַליע איז פֿאָרגעקומען אין לאָרן, אַ שטעטעלע בײַם ים, װאָס געפֿינט זיך אַ דרײַ שעה פֿון מעלבורן. די צװיי־טאָגיקע אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ װאָך נאָך אַן אָװנט פֿאַר ייִדן פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אין סידנעי. אַן ערך 200 מענטשן האָבן אָנטײלגענומען אין דער מעלבורנער אונטערנעמונג און אַ 150 מענטשן — אין דער סידנעיער אונטערנעמונג.
די סעסיעס, װעלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין רוסיש און אין ענגליש, זײַנען געװען דערציִעריש און פֿאַרװײַלעריש, געצילט אױף קינדער און אױף דערװאַקסענע. די רעדנער און די פֿאַרװײַלער זײַנען געקומען פֿון אױסטראַליע, רוסלאַנד און ישׂראל.
שױן 30 יאָר װי די פּענסיאָנירטע ייִדיש־רעדערס טרעפֿן זיך יעדן מיטװאָך בײַ דער „קדימה‟ אױף מיטאָג, בינגאָ און פֿאַרװײַלונג. די ערשטע אָנפֿירערין פֿונעם קלוב איז געװען די פּאָפּולערע ייִדישע אַקטריסע רחל לעװיטאַ. דערנאָך איז צוגעקומען צעשע גאָלדבערג, און מיט דער צײַט אױך איר געהילף, די לערערין, מוזיקער און אַקטריסע אירקע (טאָמי) קאַלינסקי. די „קדימה‟ האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז דער מיטװאָך־קלוב אַלײן װעט גײן אױף פּענסיע און האָט אײַנגעאָרדנט אַ ספּעציעלן געזעגענונגס־מיטאָג פֿאָר די, װעלכע האָבן אָנטײלגענומען אינעם מיטװאָך־קלוב במשך פֿון די פֿאָריקע 30 יאָר.
צװײ ייִדישע לײענקרײַזן טרעפֿן זיך בײַ דער „קדימה‟ יעדן דינסטיק, אין דער פֿרי און אין אָװנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.