לױט אַלע סימנים רוקט זיך די גאַנצע װעלט אַרײַן אין אַ נײַער תּקופֿה פֿון אומזיכערקײט און קאָנפֿליקטן. דערװײַל האָבן פּאָליטישע טעאָרעטיקער און אַנאַליטיקער ניט קײן סך נײַע רעיונות װעגן דעם, װי אַזױ צו באַהאַנדלען די װאַקסנדיקע שפּאַנונג צװישן דעם מערבֿ און אַנדערע טײלן פֿון דער װעלט. װאָס שײך רוסלאַנדס נײַער פּאָליטיק, קוקט מען כּסדר אױף צוריק, אױף דער צײַט פֿון דער קאַלטער מלחמה און מע זוכט די וואָרצלען פֿון דער איצטיקער אַגרעסיװקײט אין דער אַלטער ירושה פֿון קאָמוניזם. כאָטש דאָס האָט אַ געװיסן קערן פֿון אמת, איז פּוטינס נאַציאָנאַליזם אַ נײַער פֿענאָמען, װאָס נײטיקט זיך אין אַ פֿרישער באַזיניקונג.
װאָס מען קען יאָ אױסלערנען פֿון דער דערפֿאַרונג מכּוח דער קאַלטער מלחמה איז די מעטאָדיק פֿון באַהאַנדלען גלאָבאַלע קאָנפֿליקטן טעאָרעטיש. נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט זיך דער מערבֿ אַנטקעגנגעשטעלט דער קאָמוניסטישער עקספּאַנסיע ניט נאָר עקאָנאָמיש און מיליטעריש, נאָר אױך אינטעלעקטועל. אין אַמעריקע און מערבֿ־אײראָפּע האָבן די רעגירונגען געשטיצט פֿאָרשונגען פֿון קולטור, געשיכטע, פּאָליטיק, און שפּראַכן פֿון רוסלאַנד און מיזרח־אײראָפּעיִשע פֿעלקער. אַ גרויסער געװינס פֿון דער קאַלטער מלחמה איז געװען די טראַנספֿאָרמאַציע פֿון מערבֿ־דײַטשלאַנד אין אַ דעמאָקראַטישער און דערפֿאָלגרײַכער מדינה.
אַ היפּשע ראָלע אין דעם דאָזיקן גילגול האָבן געשפּילט די דײַטשישע דענקער, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון היטלערס רדיפֿות קײן אַמעריקע. זײ האָבן געהערט צו פֿאַרשידענע אינטעלעקטועלע און פּאָליטישע שיטות, אָבער אַלע האָבן פֿײַנט געהאַט טאָטאַליטאַריזם און געשטיצט דעמאָקראַטיע. װי עס באַװײַזט אודי גרינבערג, דער יונגער ישׂראלדיקער היסטאָריקער, װאָס לערנט איצט אין דאַרטמוט־קאָלעדזש אין אַמעריקע, זענען דװקא די דאָזיקע מענטשן געװען באַהילפֿיק סײַ אינעם רעפֿאָרמירן די דײַטשישע פּאָליטיק נאָך דער מלחמה און סײַ אינעם צוגרײטן אַמעריקע צו דער נײַער פּאָליטישער סיטואַציע פֿון דער קאַלטער מלחמה.
די בעסטע אַמעריקאַנער און דײַטשישע אוניװערסיטעטן האָבן זיך גענומען פֿאָרשן רוסלאַנד און מיזרח־אײראָפּע, כּדי צוצוגרײטן נײַע פּראָפֿעסיאָנעלע קאַדרען פֿאַר פֿאַרשידענע מלוכישע אַנשטאַלטן. מען האָט אױסגעאַרבעט נײַע אַקאַדעמישע לערן־פּראָגראַמען און פֿאָרשערישע פּראָיעקטן מיטן טראָפּ אױף פּאָליטישע טעאָריעס פֿון דעמאָקראַטיע און הומאַניסטישע דיסציפּלינען, װאָס האָבן געהאַט אַ פּראַקטישן תּכלית פֿאַר דער מלוכה. די דײַטשישע עמיגראַנטן האָבן לרובֿ אַרײַנגעבראַכט זײערע רײַכע קענטענישן און אינטעלעקטועלן חריפֿות, אָבער אײניקע פֿון זײ האָבן זיך אױך אַקטיװ באַטײליקט אין דער פּראַקטישער אַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.