אין דעם ייִדישן קולטור־קעמפּ בויבעריק אין ניו־יאָרק האָט דער פּעדאַגאָג לייביש לעהרער אײַנגעפֿירט אַ טראַדיציע אין די 1920ער יאָרן, אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס זאָל יעדער קעמפּער זיך אָנטאָן אין ווײַסע קליידער. די בויבעריקאַנער טראַדיציע האָט, אָבער, אַ לאַנגע געשיכטע, ווי מע לייענט אינעם גאָר אינפֿאָרמאַטיוון און פֿאַרכאַפּנדיקן בוך „ייִדישע מינהגים וואָס שטאַמען פֿון דער קבלה‟ [Jewish Customs of Kabbalistic Origin] פֿון משה פֿײַערשטיין (Morris M. Faierstein).
ס׳איז מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן צו פֿאַרבינדן בויבעריק מיט די צפֿתער מקובלים פֿונעם 16טן און 17טן יאָרהונדערט, אָבער נאָך דעם ווי איך האָב דאָס בוך איבערגעלייענט, זענען אַ סך שײַכותן בולט געוואָרן. דאָס בוך ווערט געצילט אויף אַ ברייטערער לייענערשאַפֿט, און כאָטש ס’איז אַלע מאָל שווער צו באַשטעטיקן, צי אַ געוויסער מינהג שטאַמט פֿון אַ געוויס אָרט און צײַט, באַווײַזט דער מחבר זײַן בקיאות אין צונויפֿנעמען אַלע געדרוקטע מקורים, סײַ צווישן די אַלטע ספֿרים, סײַ צווישן די נײַע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען בײַם צונויפֿשטעלן זײַן שטודיע.
אַז מע דאַרף זיך שיין אָנטאָן לכּבֿוד שבת לייענט מען שוין אין דער גמרא, אָבער דאָס טראָגן ווײַס האָבן פֿאַרשפּרייט די מיסטיקער אין צפֿת אָנהייבנדיק פֿונעם 16טן יאָרהונדערט. דעם מינהג האָבן אָנגענומען די חסידים פֿונעם בעל־שם־טובֿ און שבתי צבֿי, אָבער מיט דער צײַט איז דער קאָליר שוואַרץ געוואָרן מער פּאָפּולער, צוליב דער אַרומיקער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג אין אייראָפּע, בײַ וועלכער שוואַרץ איז געווען דער סימבאָל פֿון פֿאָרמאַליטעט און כּבֿוד.
די הויפּט־פֿיגור אין דער צפֿתער מיסטישער סבֿיבֿה איז געווען, כּידוע, יצחק לוריא, אויך באַקאַנט ווי האַר״י הקדוש (1534—1572). פֿײַערשטיין ווײַזט ווי לוריא און זײַן קרײַז האָבן נישט נאָר איבערגעמאַכט די זוהרישע טראַדיציע; זיי האָבן אויך איבערגעמאַכט דאָס טאָג־טעגלעכע רעליגיעזע לעבן. אַ סך מינהגים האָט מען אפֿשר ערגעץ וווּ פֿריִער אָנגעהאַלטן, אָבער דורך לוריא און אַנדערע מקובלים האָט מען זיי פֿאַרשפּרייט. עס קען זײַן, אַז ס׳איז געווען מעגלעך דאָס צו טאָן דורך די שלוחים פֿון ישׂראל, וועלכע האָבן געזאַמלט געלט אין אייראָפּע.
ווײַסע מלבושים איז ווײַט נישט דער איינציקער מינהג, פֿאַרבונדן מיט שבת וואָס שטאַמט פֿון די מקובלים און זייער הויפּט־ספֿר, דער „זוהר‟. סײַ „שיר־השירים‟, סײַ „לכו־דודי‟ האָט די מיסטישע סבֿיבֿה אײַנגעפֿירט שבת. לויט די צפֿתער דריקט מען אויס די ליבשאַפֿט פֿון שלמה המלכס „שיר־השירים‟ נישט צו אַ פֿרוי, נאָר צו דער שכינה. „לכה־דודי‟ האָט געשריבן שלמה אַלקאבץ (אַן ערך 1505—1584) אין צפֿת צו באַגריסן דעם שבת, ווי אַ טייל פֿון קבלת־שבת. אַגבֿ, האָט מען טיילן פֿון „שיר־השירים‟ און „לכה־דודי‟ געזונגען אין „קעמפּ בויבעריק‟ פֿרײַטיק־צו־נאַכטס. אין צפֿת האָט מען צו ערשט געזונגען „אשת חיל‟ בײַם שבת־טיש, און דער לכתּחילהדיקער מיין פֿונעם פּיוט איז געווען, אַז מע לויבט די שכינה און נישט די פֿרוי, ווי מע פֿאַרשטייט אים געוויינטלעך הײַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.