בימים ההם בזמן הזה — אין דעם חודש מאַרץ, מיט 47 יאָר צוריק, האָט די פּוילישע מאַכט געפֿירט אַ מוראדיקע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע קעגן אירע ייִדישע בירגער.
אַרטור האָפֿמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון די פּוילישע ייִדן, האָט געהאַלטן אַ רעדע וועגן אָט די טרויעריקע געשעענישן, זונטיק דעם 22סטן מאַרץ, אינעם קולטור־הויז וואָלאַ-וואַרשע.
האָפֿמאַן האָט דערציילט, אַז כאָטש ער איז נאָך געווען דעמאָלט אַ קינד, געדענקט ער, ווי די ייִדן האָבן רעאַגירט אויף גאָמולקאַס רייד אין זײַן שטעטל וואַלבזשיך, נידער־שלעזיע. אַ טעלעוויזאָר איז דעמאָלט געווען אַ טײַערע זאַך. האָבן זיך די אָרטיקע ייִדן פֿאַרזאַמלט אינעם ייִדישן קלוב פֿונעם פֿאַרבאַנד. צווישן זיך האָט מען גערעדט ייִדיש, און אַ סך האָבן זיך נישט געכאַפּט, וואָס דער קאָמוניסטישער פֿירער רעדט דאָרטן אויפֿן עקראַן.
„וואָס האָט ער געזאָגט?‟ — האָט איין ייִד געפֿרעגט דעם צווייטן, טאַקע אויף ייִדיש.
„וואָס ער האָט געזאָגט פֿאַרשטיי איך אויך נישט‟, — האָט יענער געענטפֿערט. — „איין זאַך פֿאַרשטיי איך יאָ, ס׳איז צײַט צו גיין אַהיים, פּאַקן די וואַליזקעס און זיך אַוועקטראָגן פֿון דאַנעט.‟
האָפֿמאַן האָט געזאָגט אין זײַן אויפֿטריט, אַז גאָמולקאַס אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע איז געווען באַזונדערש צבֿיעותדיק. גאָמולקאַ און זײַן באַנדע זענען געווען אַנטיסעמיטן, וואָס האָבן נישט מודה געווען, אַז זיי זענען אַנטיסעמיטן. „אַזוי ווי אַ סך כּוחות אין אייראָפּע און אַמעריקע הײַנט, וואָס מאַכן אַן אָנשטעל, אַז זיי זענען בלויז קעגן דער פּאָליטיק פֿון ישׂראל, אָבער אין דער אמתן, זענען זיי קלאַסישע שׂונאי־ישׂראל‟, האָט האָפֿמאַן געזאָגט.
„נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה זענען נאָך געווען אין פּוילן דרײַ הונדערט טויזנט ייִדן‟, האָט האָפֿמאַן דערמאָנט. „אַ סך פֿון זיי זענען אַוועק גלײַך נאָך דער מלחמה, ווײַל זיי זענען פּשוט געבליבן אַליין אויף דער וועלט. זייערע ייִדישע שטעטלעך מיט זייערע ייִדישע משפּחות זענען אַוועק מיטן רויך פֿון די טויט־לאַגערן, און זיי האָבן געוואָלט אָנהייבן אַ נײַ לעבן אין ישׂראל אָדער אַמעריקע‟.
אַלע שפּעטערע ייִדישע עמיגראַציעס, זענען שוין נישט געווען קיין פֿרײַוויליקע. זיי זענען שוין געווען נויט-עמיגראַציעס. אַזוי איז געווען די עמיגראַציע אין יאָר 1946 נאָכן פּאָגראָם אין קעלץ און אַנדערע פּוילישע שטעט און שטעטלעך. „ייִדן האָבן שוין מער נישט עמיגרירט. זיי זענען אַנטלאָפֿן!‟ — באַטאָנט האָפֿמאַן.
די עמיגראַציע אין 1968 איז אויך געווען אַ בריחה, און נישט קיין נאָרמאַלע עמיגראַציע. אַנטלאָפֿן זענען דעמאָלט אַפֿילו די ייִדן, וואָס האָבן זיך אין גאַנצן אַסימילירט אין דער פּוילישער קולטור, און האָבן שוין געהאַט אַ פּוילישע, נישט קיין ייִדישע אידענטיטעט. עס זענען געווען אַזעלכע, וואָס האָבן גאָר נישט געוווּסט, אַז זיי זענען ייִדן. עס זענען אַפֿילו געווען אַזעלכע, וואָס האָבן נישט געוואָלט פֿאַרלאָזן פּוילן, אָבער האָבן נישט געקאָנט מער אויסהאַלטן די רדיפֿות און באַגאַנגען זעלבסטמאָרד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.