(די 2 טע זײַט פֿון 2)
האָפֿמאַן האָט דערמאָנט מיט הומאָר, אַז מען באַשולדיקט די ייִדן אינעם זײַן קאָמוניסטן, אָבער גלײַכצײַטיק באַשולדיקט מען זיי אין דעם, אַז זיי זענען קאַפּיטאַליסטן. מען באַשולדיקט די ייִדן, אַז זיי ווילן זיך נישט אַסימילירן אין דער פּוילישער קולטור, אָבער גלײַכצײַטיק באַשולדיקט מען זיי, אַז זיי האָבן זיך אַזוי גוט אַסימילירט, אַז זיי נעמען איבער די פּוילישע קולטור.
הכּלל, וואָס דער ייִד זאָל נישט טאָן איז שלעכט. ס׳איז אָבער גוט, אַז הײַנט קען מען רעדן אָפֿן וועגן די דאָזיקע זאַכן.
לאָמיר בלײַבן אַ ווײַלע בײַ די אימיגראַנטן. נישט עמיגראַנטן, נאָר אימיגראַנטן. דהײַנו, נישט די וואָס פֿאָרן אין אויסלאַנד, נאָר די וואָס זענען קומען אַהערצו, קיין פּוילן.
די טעג הערט מען אַ סך רוסיש אויף די גאַסן פֿון וואַרשע. די עקאָנאָָמישע און פּאָליטישע פּראָבלעמען בײַ אונדזערע סלאַווישע שכנים, ווײַסרוסלאַנד, רוסלאַנד און אוקראַיִנע האָבן על־פּי־פּנים געפֿירט צו אַ קליינעם שטראָם פֿון אימיגראַנטן. צווישן זיי אַ ביסל ייִדן אויך. ווי באַקאַנט, פֿון אַ ביסל און אַ ביסל ווערט אַ פֿולע שיסל. מען וואָלט געקאָנט האָפֿן, אַז אונדזער קליינינקע קהילה וועט כאָטש אַ ביסל וואַקסן אין צאָל.
די פּראָבלעם איז אָבער, אַז די אָפֿיציעלע פּוילישע קהילה נעמט נישט אַרײַן קיין שום ייִדן פֿון אויסלאַנד. די סיבה: נאָר ווער סע האָט אַ פּוילישן פּאַספּאָרט, קען ווערן אַ מיטגליד פֿון דער דאָרטיקער ייִדישער קהילה. אַ פּאָליאַק וואָס האָט זיך נאָר וואָס מגייר געווען, קען ווערן אַ מיטגליד פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. אַ ייִד מדור דורות, וואָס וויל לעבן אָדער לעבט שוין מכּמה־וכמה יאָרן אין פּוילן, אָבער האָט, לאָמיר זאָגן, אַ פֿראַנצויזישן פּאַס, קען נישט ווערן אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישער קהילה. ער קען, לא עלינו, זיך שמדן. די קאַטוילישע קירך, די פּראָטעסטאַנטן, און נאָך און נאָך רעליגיעזע קהילות, אַלע וועלן אים אַקצעפּטירן מיט אָפֿענע אָרעמס. זיי האָבן די אָדער יענע פּאַספּאָרטן אין דער לינקער פּאה. נישט די פּני פֿון דער ייִדישער קהילה.
ווי זאָגט מען, ס׳איז שווער צו זײַן אַ ייִד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.