און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. אינעם מלוכישן ליטעראַרישן מוזיי אין מאָסקווע האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג „פֿון בעמבע ביז דרעמבע‟, וואָס דערציילט וועגן קינדער־לידער פֿון לייב קוויטקאָ. עס ווערן געוויזן קוויטקאָס ביכער און אילוסטראַציעס פֿון סאָוועטישע און רוסלענדישע קינסטלער צו זײַנע ביכער, ווי אויך בילדער פֿון תּלמידים, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין אַ אילוסטראַציע־פֿאַרמעסט צו קוויטקאָס לידער. די אויסשטעלונג וועט אָפֿן זײַן ביזן 30סטן אַפּריל.
דאָס וויכטיקסטע געשעעניש פֿון דער וואָך אין רוסלאַנד בכלל, און אויף דער ייִדישער גאַס בפֿרט איז, צום באַדויערן, אַרומגערינגלט מיט אַ סקאַנדאַל. די רייד גייט פֿון אַ „רעכטן פֿאָרום‟, וואָס איז די טעג פֿאָרגעקומען אין סאַנקט־פּעטערבורג. אַהין זענען געקומען צו פֿאָרן דעלעגאַציעס פֿון די אולטראַ־נאַציאָנאַליסטיש געשטימטע כּוחות פֿון מערבֿ (דײַטשלאַנד, שוועדן, עסטרײַך, ענגלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גריכנלאַנד און איטאַליע, ווי אויך רוסלאַנד). דער פֿאָרום האָט געאַרבעט ווייניקער ווי איין טאָג, ביז די פּאָליציי האָט אים געשלאָסן צוליב דער אינפֿאָרמאַציע פֿון אַ באָמבע, וואָס מע האָט כּלומרשט געפֿונען אינעם האָטעל, וווּ דער צוזאַמענפֿאָר איז פֿאָרגעקומען.
די אָנטיילנעמער האָבן געהאַלטן רייד קעגן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אוקראַיִנע, מיגראַנטן און האָמאָסעקסואַליסטן, און געלויבט פּוטינען, דעם פֿאַרטיידיקער פֿון טראַדיציאָנעלע ווערטן. די אייראָפּעיִשע דעלעגאַציעס האָבן צוגעזאָגט, אַז רוסלאַנד וועט זיך אומקערן איר השפּעה אין אייראָפּע. די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אַרויסגעברענגט זייער דערשטוינונג און צווייפֿל מכּוח דעם צוזאַמענפֿאָר. אין דער פּעטיציע וואָס די פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, ווערט געשריבן מיט צאָרן און צווייפֿל, אַז באַזונדערס טרויעריק איז, וואָס דער צוזאַמענפֿאָר קומט פֿאָר דווקא אין סאַנקט־פּעטערבורג, אין דער שטאָט, וואָס האָט איבערגעלעבט די בלאָקאַדע און האָט געקעמפֿט קעגן די נאַציס. עס ווערט באַטאָנט אין דער פּעטיציע, אַז דאָס געשעעניש איז ממש אַ חילול־השם, על אחת כּמה וכּמה ערבֿ דעם אָפּמערקן 70 יאָר פֿון דעם נצחון אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין סאַנקט־פּעטערבורג זענען פֿאָרגעקומען עטלעכע דעמאָנסטראַציעס און פּיקעטן קעגן דעם צוזאַמענפֿאָר. מע פּראָטעסטירט קעגן דער אַסיפֿה פֿון נאַציס און באַזונדערס קעגן דער שטיצע, וואָס זי באַקומט פֿון דער מלוכה. איינע פֿון די באַוועגונגען וואָס באַטייליקט זיך אין דעם צוזאַמענפֿאָר, איז די רוסישע באַוועגונג „ראָדינאַ‟ (היימלאַנד), וואָס ווערט אָפֿיציעל אָנערקענט דאָ אין לאַנד. עטלעכע פֿון די דעמאָנסטראַנטן האָט אַרעסטירט די פּאָליציי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.