(די 2 טע זײַט פֿון 2)
צו די אַנדערע נײַעס. אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָט זיך דינסטיק געעפֿנט די אויסשטעלונג אונטערן נאָמען „די מיטצײַטלער פֿון דער צוקונפֿט. ייִדישע קינסטלער אינעם רוסישן אַוואַנגאַרד, 1910-1980‟. עס ווערן אויסגעשטעלט ווערק פֿון די רוסישע אַוואַנגאַרדיסטישע קינסטלער פֿון דרײַ כוואַליעס: די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע, כרושטשאָווס צײַט און מאָסקווער קאָנצעפּטואַליזם און סאָצאַרט (1980-1970ער יאָרן). די פֿאָרשטייער פֿון דעם ערשטן דור זענען באַרימט אויך ווי ייִדישע קינסטלער: מאַרק שאַגאַל, נתן אַלטמאַן, על ליסיצקי, ראָבערט פֿאַלק, יוסף טשײַקאָוו, ישׂשׂכר־בער ריבאַק און אַנדערע. דער צווייטער דור: אָסקאַר רבין, מיכאַיל גראָבמאַן, עדואַרד שטיינבערג, און דער דריטער דור: אַלכּסנדר קאַבאַקאָוו, עריק בולאַטאָוו או.אַ. זײַנען שוין געווען ווײַט פֿון ייִדישקייט און האָבן געשטרעבט צום אַוואַנגאַרד ווי צו אַ מעגלעכקייט אויסצומײַדן די פֿאַרבינדונג מיט דער אָפֿיציעלער קונסט. די אויסשטעלונג שליסט אײַן אויך פֿאָטאָס, קאַטאַלאָגן, אַפֿישן און אַנדערע דאָקומענטן.
דאָרטן, אין דעם נײַעם ייִדישן מוזיי, איז פֿאָרגעקומען אַ דיסקוסיע אויף דער טעמע „סטאַלינס קאַמף קעגן די קאָסמאָפּאָליטן אָנהייב 1949: אומבאַקאַנטס וועגן דעם באַקאַנטן‟. וועגן די געשעענישן פֿון סטאַלינס אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע, ווי אויך וועגן זײַנע פּלענער, וואָס זענען ניט מקוים געוואָרן אין קאָנטעקסט פֿון נײַ־געפֿונענע אַרכיוו-דאָקומענטן, — האָבן גערעדט עטלעכע היסטאָריקער. אָנגעפֿירט האָט מיט דער דיסקוסיע מאַרק קופּאָוועצקי, דעמאָגראַף און היסטאָריקער, דירעקטאָר פֿונעם צענטער פֿון ייִדישע לימודים אין רוסלענדישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש זונטיק. די טעמע פֿונעם באַגעגעניש איז געווען „קאָמוניזם און סעקסועלע רעוואָלוציע‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן ווילהעלם רײַך, אַ דײַטשיש־ייִדישן פּסיכאָאַנאַליטיקער און קאָמוניסט, מאַרקסיסט און פֿריידיסט, וואָס האָט פּראָקלאַמירט אַ סעקסועלע רעוואָלוציע אין דײַטשלאַנד און אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. וועגן רײַכס פּערזענלעכקייט האָט דערציילט דער קינאָ־פֿאָרשער קיריל ראַזלאָגאָוו, און נאָך זײַן לעקציע איז געוויזן געוואָרן דער פֿילם „ווילהעלם רײַך — מיסטעריעס פֿונעם גוף‟, פֿון אַ קראָאַטישן רעזשיסאָר דושאַן מאַקאַווייעוו.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.