(די 3 טע זײַט פֿון 3)
מײַן ייִדישן נאָמען האָב איך נאָכן ברית אַליין אויסגעקליבן לכּבֿוד דעם סאַטמאַרער רבין, יואל טייטלבוים. אַזוי ווי דער פֿרומער פּראָפֿעסאָר דניאל באָיאַרין, אַ באַקאַנטער דענקער און פֿאָרשער פֿון ייִדישער געשיכטע, גלייב איך טאַקע, אַז דער סאַטמאַרער רבי איז געווען, צוליב אַ צאָל סיבות, די וויכטיקסטע פֿיגור אין דער נאָכמלחמהדיקער ייִדישער וועלט. הגם מע מעג טענהן, אַז זײַן וואַריאַנט פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער שטעטל־קולטור איז באַגרענעצט, איבערפֿרום און איזאָלירט, האָט זיך אים פֿאָרט אײַנגעגעבן זי מחיה־מתים צו זײַן. די סאַטמאַרער קהילה דינט הײַנט ווי דער צענטער און דער גרעסטער טרײַב־כּוח פֿונעם נײַעם חסידישן מין ייִדישלאַנד.
ווען איך האָב זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט די סאַטמאַרער חסידים, וווינענדיק נאָך אין רוסלאַנד, האָב איך שוין דעמאָלט באַמערקט בײַ זיי היפּוכדיקע טענדענצן. אין געוויסע אַספּעקטן, איז סאַטמאַר מער פֿאַרשיידנאַרטיק, ווי ס׳רובֿ אַנדערע חסידישע באַוועגונען. אַ סך סאַטמאַרער זענען גאַנץ פּראַגמאַטישע און אַפֿילו מאַטעריאַליסטישע מענטשן, וואָס פֿאַר זיי איז געלט, געשעפֿטן, גאָר טײַערע קליידער, שײַטלעך, גאָלד און בריליאַנטן פֿאַר די ווײַבער, אַ סך וויכטיקער ווי קבלה און רוחניות. אַדרבה, זיי באַטאָנען, אַז דער סאַטמאַרער רבי האָט דווקא נישט געוואָלט, אַז זײַנע חסידים זאָלן זיך פֿאַרנעמען מיט הויכע עבֿודות און קבלה־זאַכן; די וויכטיקסטע מיצווה אין די הײַנטיקע צײַטן איז צו געבן אַ סך צדקה, און מיינען מיינט עס — צו פֿירן געשעפֿטן און אַרויסהעלפֿן מיטן געלט די אַנדערע ייִדן.
גאָר אַן אַנדער שניט שטעלן מיט זיך פֿאָר די, וואָס פֿאַרברענגען ראָש־השנה אין אומאַן אין לאַנגע תּפֿילות און געוויין צום רבונו־של־עולם; וואָס פֿאָרן אַרום, כּדי צו פֿאַלן אויף די קבֿרי־צדיקים אין אוקראַיִנע און זיך פֿאַרבינדן מיט די הייליקע נשמות פֿון די אַמאָליקע גרויסע רביים; וואָס קויפֿן כּסדר נײַע קבלה־ספֿרים, כּדי זיי טאַקע צו לערנען, נישט בלויז אַרויסצושטעלן אין דער שאַפֿע ווי אַ סגולה. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס פֿאַר אַזעלכע רוחניותדיקע קרײַזן דינט סאַטמאַר, געוויינטלעך, ווי די אַלגעמיינע „פּלאַטפֿאָרם‟ און אַפֿילו אַ כּמו־עטנישע גרופּע, וואָס לאָזט זיך אויסדריקן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים און קאָמבינירט זיך גרינג מיט פֿאַרשיידענע אַנדערע רוחניותדיקע דרכים.
צווישן די סאַטמאַרער טרעפֿן זיך צומאָל אַזעלכע מענטשן, וואָס פֿרעגן בײַ מיר פֿאַרשיידענע קשיות דווקא צוליב דעם, וואָס אויף מײַן לעבנס־וועג האָב איך זיך באַקענט מיט פֿאַרשיידענע מיסטישע חכמות, לאַוו־דווקא היימיש־חסידישע. נישט לאַנג צוריק, האָט מײַנער אַ חבֿר, אַ סאַטמאַרער יונגערמאַן, וועלכער אינטערעסירט זיך מיט ווײַט־מיזרחדיקע מעדיטאַציעס און די מיסטישע חכמות פֿון די דרום־אַמעריקאַנער שאַמאַנען, מיר אָנגעקלונגען און אָנגעהויבן שמועסן אויף די דאָזיקע טעמעס. בעת דעם טעפֿעלאָן־שמועס האָב איך דערמאָנט דעם נאָר וואָס געקויפֿטן ספֿר „שׂפֿתי־חן‟ און מיט פֿאַרגעניגן באַמערקט, אַז בײַ די סאַטמאַרער איז פֿאַראַן אַן אייגענע גאַנץ טיפֿע און אַנטוויקלטע מיסטישע טראַדיציע, הגם ס׳רובֿ פֿון זיי באַטראַכטן זייער באַוועגונג גיכער ווי אַ פּראַגמאַטישע, געשעפֿט־אָריענטירטע און האַלב־מתנגדישע.
אַ טייל מענטשן טענהן, אַז „תּניא‟ און אַנדערע טיפֿע ספֿרי־חסידות זענען פֿאַקטיש פֿאַרבאָטן בײַ די סאַטמאַרער. אין דער אמתן, זענען די קלאַסישע ליובאַוויטשער ספֿרים יאָ אָנגענומען ווי אַ טייל פֿונעם סאַטמאַרער קאַנאָן. אַדרבה, יעדער וויליאַמסבורגער חסיד קאָן זיך גאַנץ אָפֿיציעל באַקענען מיט די חב״ד־ספֿרים אין דער שיל „נתיבֿות־עולם‟, וווּ די מתפּללים, אַזוי־גערופֿענע „מלאָכים‟, דאַוונען לויטן ליובאַוויטשער נוסח און האַלטן זיך פֿאַר חב״דניקעס, אָבער קריטיקירן דעם הויפּטשטראָמיקן חב״ד און בלײַבן אַ טייל פֿונעם וויליאַמסבורגער קולטור־לאַנדשאַפֿט. כּל־זמן מע ווײַכט נישט אָפּ צו ווײַט, מעג מען לערנען אין וויליאַמסבורג גאַנץ אָפֿיציעל קבלה, חסידות און אַפֿילו, אין אַ געוויסער מאָס, פֿילאָסאָפֿיע. בעת די שיערים פֿון „תּניא‟ אין דער דערמאָנטער שיל באַטראַכט מען כּסדר פֿילאָסאָפֿישע ענינים פֿונעם רמב״מס „מורה־נבֿוכים‟ און חקירה־געדאַנקען פֿונעם מהר״ל.
מילא, אַ דאַנק דעם דערמאָנטן ספֿר קאָן איך הײַנט זאָגן, אַז מײַן יוגנטלעכע קאָמבינאַציע פֿון אינטערעסן, קבלה און סאַטמאַר, איז נישט בלויז אַן עקסצענטרישער מישמאַש פֿון אַ יונגן ענטוזיאַסטישן תּושבֿ פֿון רוסלאַנד. אַדרבה, טאָמער עמעצער פֿרעגט מיך, פֿאַרוואָס לערן איך אין אָוונט נאָך דער אַרבעט קבלה־ספֿרים אַנשטאָט דעם „דף־יומי‟, קאָן איך שוין ווײַזן, אַז אַזאַ מינהג שטימט טאַקע מיט מײַן נאָמען און טראָגט — לכל־הפּחות, אין טעאָריע — אַן אָפֿיציעלן סאַטמאַרער „הכשר‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.