(די 2 טע זײַט פֿון 3)
להיפּוך צו דער דערקלערטער דענאָמינאַציאָנעלער און פּאָליטישער אומאָפּהענגיקייט, האָבן זיך בעת דער קאָנפֿערענץ געוואָרפֿן אין די אויגן אַ ריי רעכטע פּראָ־ישׂראלדיקע אונטערנעמונגען און סימבאָלן. די אָרגאַניזאַציע „מסע‟, וואָס לייגט פֿאָר סובסידיעס פֿאַר יוגנטלעכע בילדונג־פּראָגראַמען אין ישׂראל, ווי אַ מין סטודענטישע ווערסיע פֿון „תּגלית‟, איז אויפֿגעטראָטן ווי דער הויפּט־שטיצער פֿון דער קאָנפֿערענץ.
דער אַלגעמיינער פֿאָרזיצער פֿונעם פּאָסט־סאָוועטישן „לימוד‟ איז מעטיו בראָנפֿמאַן, אַן אַמעריקאַנער מיליאַרדער, וועלכער איז באַקאַנט ווי אַ גרויסער אינוועסטאָר אין דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע. צווישן אַנדערע הויפּט־שטיצער איז געווען די „אינטערנאַציאָנאַלע חבֿרהשאַפֿט פֿון ייִדן און קריסטן‟, בראָש מיט הרבֿ יחיאל עקשטיין. אין דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע באַטייליקן זיך אַ סך רײַכע קריסטלעכע ציוניסטן פֿונעם רעכט־רעפּובליקאַנער שניט.
אַזוי צי אַזוי, האָט זיך אויך געוואָרפֿן אין די אויגן דער סתּירותדיקער מישמאַש פֿונעם בפֿירוש סעקולערן טעם און אַ פֿאָרמעלער פֿאַרבינדונג מיט דער אָרטאָדאָקסישער טראַדיציע. בעצם, האָט די קאָנפֿערענץ מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ מין וועלטלעכן „שבתון‟. מע האָט דורכגעפֿירט אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קבלת־שבת נוסח שלמה קאַרלעבאַך, מיט אַ סימבאָלישער מחיצהלע און אַ לאַנגער זינגערײַ. להיפּוך, האָט מען דעם צווייטן טאָג אָפּגעדאַוונט שחרית אומגעוויינטלעך גיך. דער צווייטער מנין האָט זיך געשטעלט דאַוונען נאָך אַ סעודה; אין דער זעלבער צײַט, זענען אין אַן אַנדער זאַל פֿאָרגעקומען אַזעלכע אונטערנעמונגען, ווי מנחם קייזערס לעקציע וועגן „דאָמינאַנטקעס פֿון עס־עס‟ — די געשטאַלטן פֿון סעקסועלע סאַדיסטישע פֿרויען אינעם נאַצי־דײַטשלאַנד. פֿונעם פֿרומען קוקווינקל, האָט אַזאַ אויסמיש פֿון כּמו־פֿרומע און בפֿירוש אומשבתדיקע עלעמענטן אויסגעזען מאָדנע.
אַחוץ אַזעלכע אומגעלומפּערטע אָרגאַניזאַציאָנעלע עלעמענטן, איז די קאָנפֿערענץ, בדרך־כּלל, טאַקע געלונגען. די אויפֿטרעטער האָבן דורכגעפֿירט לעקציעס אויף כּלערליי ייִדישע טעמעס, פֿון געשיכטע ביז לינגוויסטיק, סעקס, פּסיכאָטעראַפּיע, קבלה, מעדיטאַציעס, טענץ, קינאָ, קונסט און מוזיק. אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם זענען געווען גאַנץ ערנסטע און אַקאַדעמישע לעקציעס, און אַ טייל — טשיקאַווע פֿאַרווײַלערישע אונטערנעמונגען. למשל, פֿרײַטיק בײַנאַכט, נאָך דער סעודה, איז די ברוקלינער אַקטריסע סיוון הדרי אויפֿגעטראָטן מיט אַ דרשה, פֿאַרוואָס ס׳איז גוט צו פֿאַרבײַסן בראָנפֿן מיט פֿאַלאַפֿעל. מוצאי־שבת, האָט דער עולם אָנגעהויבן זינגען, ביז שפּעט בײַנאַכט, באַקאַנטע סאָוועטישע לידער, ווי אַ מין „קאַראַאָקע‟ מיט אַ פּיאַנע־אַקאָמפּאַנימענט. מע האָט אויך דורכגעפֿירט אַ ריי ספּעציעלע אונטערנעמונגען פֿאַר קינדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.