בײַ ס׳רובֿ ייִדן איז אַ בית־מדרש אַן אָרט צו דאַווענען, הערן אַ שיעור אָדער כאַפּן אַ שמועס מיט אַ שכן. בײַ אלי פֿרוכט, אַ פֿרומער גרונט־סוחר אין ברוקלין, איז עס אָבער נאָך מער: אַ וויזועלע קאָמפּאָזיציע פֿון ליכט און קאָליר, וואָס בעט זיך, אַז מע זאָל עס אויסמאָלן אויף אַ לײַוונט.
ער מאָלט אָבער נישט בלויז סצענעס אין די שילן. מיט זײַן פּענדזל שילדערט פֿרוכט זײַן סבֿיבֿה בכלל: דרויסנדיקע סצענעס אין די פֿרומע ייִדישע געגנטן, סיגייט (וווּ ער וווינט) און באָראָ־פּאַרק (וווּ ער אַרבעט); כּשרע געשעפֿטן, פּאָרטרעטן פֿון רבנים און ייִדישע קינדער, און לאַנדשאַפֿטן פֿון זײַן היימשטאָט, ירושלים.
אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז דער 59־יאָריקער פֿרוכט האָט קיין מאָל נישט שטודירט אין קיין קונסטשול, אָדער געמיינט, אַז ער וועט אַמאָל אָנהייבן מאָלן. דער אינטערעס האָט זיך בײַ אים אַנטוויקלט ערשט אין די מיטעלע יאָרן. „לכתּחילה האָב איך פּשוט געזאַמלט קונסטווערק — נישט ווי אַן אינוועסטירונג, נאָר סתּם, ווײַל איך האָב עס ליב געהאַט,‟ האָט פֿרוכט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „כ׳האָב ממש געפֿילט אַ רוחניותדיקע פֿאַרבינדונג מיט דעם.‟
זײַן זאַמלונג האָט אַרײַנגענומען ווערק פֿון דעם ליטווישן מאָלער און סקולפּטאָר אַרביט בלאַטאַס, דעם ישׂראלדיקן מאָלער שאול וויקטאָר און דעם חסידישן קינסטלער זלמן קלײַנמאַן.
אינעם יאָר 2000 איז ער איין מאָל געפֿאָרן קיין מאַנהעטן, כּדי צו קויפֿן ביכער אין „סטראַנדס ביכערקראָם‟ און, פֿאַרבײַגייענדיק אַ גאַלעריע פֿונעם אַמעריקאַנער קינסטלער דזשאָן סילווער, באַשלאָסן אַרײַנצוגיין. אַרומקוקנדיק זיך, איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון די כּלערליי גאַסן־סצענעס, וואָס זענען געהאָנגען אויף די ווענט. ער איז גלײַך צוגעגאַנגען צו סילווערן, און געפֿרעגט: „צי קען איך שטודירן קונסט מיט אײַך?‟
„פֿאַר וואָס נישט?‟ האָט סילווער געענטפֿערט.
דעם קומעדיקן זונטיק איז פֿרוכט שוין געזעסן מיט סילווערן אין זײַן קליינער דירה, און זיך אָנגעהויבן לערנען בײַ אים דעם פֿאַך. „ס׳איז געווען אַן אינטענסיווע איבערלעבונג, ווײַל כ׳האָב נאָך קיין מאָל נישט געהאַלטן קיין פּענדזל אין דער האַנט,‟ האָט פֿרוכט געזאָגט. ער האָט זיך אָבער נישט אונטערגעגעבן און במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר, יעדן זונטיק, געפֿאָרן צו סילווערן.
„אלי האָט אין יענעם יאָר געמאַכט אַ היפּשן פּראָגרעס,‟ האָט סילווער געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „מיר האָבן אַ סך גערעדט וועגן קאָמפּאָזיציע, קאָליר, און ספּעציעל וועגן ליכט, וואָס איך האַלט, איז דער עיקר אין יעדן בילד. ער האָט זיך אַ סך געלערנט, פּשוט פֿון רעדן מיט מיר און מיט אַנדערע קינסטלער. צום מערסטן איז מיר געפֿעלן געוואָרן זײַן אַליין־פּאָרטרעט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.