די ערשטע ייִדישע מלוכישע פּראָגראַם אין דער פֿאָלקסשול נומער 166 אין וואַרשע, אַנטוויקלט זיך כּסדר. די שול, אין צוזאַמענאַרבעט מיט דער פֿונדאַציע „ייִדיש‟, פֿאַרבעט די קינדער פֿון דער ייִדישער פּראָגראַם, ווי אויך די ייִדישע קינדער פֿון אַנדערע שולן צו אַ וואַרשטאַט פֿון ייִדישע לידער. די וואַרשטאַט קומט פֿאָר יעדן דאָנערשטיק, האַלב דרײַ נאָך מיטיק, גלײַך נאָכן שול-טאָג.
די קינדער וועלן זיך לערנען צו שפּילן און זינגען ייִדישע לידער. די ערשטע טריט וועלן זײַן דאָס שפּילן אויף פֿלייט און גיטאַרע. אַזוי ווי די קינדער קענען שוין די העברעיִשע אותיות, אַ דאַנק זייער עבֿרית-קלאַס, וועט עס פֿאַר זיי גרינגער זײַן אויסצולערנען זיך די טעקסטן פֿון די ייִדישע לידער.
הייסט עס, אַז דאָס יונגוואַרג וועט זיך לערנען צוביסלעך דרײַ שפּראַכן: עבֿרית, ייִדיש, און די שפּראַך פֿון מוזיק.
אַנטיסעמיטן האָבן לעצטנס מחלל געווען דעם ייִדישן בית-עולם אין אָלקוש, דרום פּוילן. צענדליקער מצבֿות זענען געשעדיקט און צעשטערט געוואָרן. דער בית-עולם, ווי אַ סך ייִדישע בית-עולמס אין פּוילן, איז נישט באַוואַכט. במילא איז לײַכט צו גנבֿענען אָדער צעברעכן די מצבֿות.
ייִדן האָבן געוווינט אין אָלקוש זינט דעם 14טן יאָרהונדערט. פֿאַר דער מלחמה זענען ייִדן געווען אַן ערך אַ האַלב פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג, און איין ייִד איז אַפֿילו געווען דער וויצע-בירגערמײַסטער פֿונעם שטעטל.
איינע פֿון די באַרימטסטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם חורבן איז געמאַכט געוואָרן אין אָלקוש און געפֿינט זיך הײַנט אין „יד־ושם‟, ירושלים. ר׳ משה־יצחק האַגערמאַן פֿון אָלקוש שטייט אויפֿן בילד, באָרוועס, האַלב נאַקעט, אין טלית און תּפֿילין, און די דײַטשישע פּאָליציסטן האָבן אים אַרומגערינגלט און לאַכן פֿון אים. די דײַטשישע פּאָליציסטן זענען געקומען אין אָלקוש דעם 31טן יולי 1940. אַלע מענער פֿון שטעטל, ייִדן און ניט־ייִדן האָבן געדאַרפֿט זיך לייגן אויף דער ערד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.