(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די דײַטשישע פּאָליציסטן האָבן זיי כּלומרשט געציילט און געשלאָגן אויף אַ ברוטאַלן אופֿן. צוויי ניט-ייִדן און איין ייִד זענען דעמאָלט דערהרגעט געוואָרן. די ייִדן פֿון אָלקוש זענען שפּעטער געשיקט געוואָרן אין די גאַז־קאַמערן פֿון אוישוויץ.
פֿאַר אַנטיסעמיטן איז דאָס וואָרט ייִד, „זשיד‟ אויף פּויליש, אָדער „יודע‟ אויף דײַטש, ערגער ווי אַ קללה. אין וואַרשע איז שווער מחלל צו זײַן די קבֿרים אויפֿן ייִדישן בית-עולם. דער שיינער ייִדישער בית-עולם אין מיטן וואַרשע, אויף דער אָקאָפּאַווע־גאַס, איז אַרומגערינגלט מיט אַ מויער. קיינער קען זיך נישט אַרײַנגנבֿענען צו די קבֿרים, למשל, בײַ נאַכט, כּדי צו טאָן דאָרטן מיאוסע מעשׂים.
די אַנטיסעמיטן גיבן זיך אָבער אַן עצה. זיי שרײַבן דאָס וואָרט „זשיד‟ אויף די ווענט, דענקמעלער און לעצטנס באַצייכענען זיי מיטן מיאוסן וואָרט דעם סופּערמאַן. יאָ יאָ, דער גוט באַקאַנטער אַמעריקאַנער קאָמיקס־העלד מיט דעם וואָרט אויף דער ברוסט.
אַ פּלאַקאַט איז נישט קיין מצבֿה אָדער קיין דענקמאָל. אפֿשר דערפֿאַר אַרט עס קיינעם נישט, אַז דאָס וואָרט „זשיד‟ באַצירט אַ גרויסע רעקלאַמע אין מיטן דער שטאָט, און דווקא אויפֿן סקווער פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער. סע גייט אַ רייד וועגן אַ רעקלאַמע פֿאַר אַ פּלאַקאַט־אויסשטעלונג אין אַ וואַרשעווער גאַלעריע.
דער אַנטיסעמיטישער וואַנדאַל האָט מסתּמא נישט געוווּסט, אַז ער האָט פּונקט געטראָפֿן. די צוויי טאַטעס פֿון סופּערמאַן זענען טאַקע געווען ייִדן, דזשערי סיגל און דזשאָ שוסטער.
מען דאַרף נישט זײַן קיין פּסיכאָאַנאַליסט, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז דווקא ייִדן, ספּעציעל ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן געשאַפֿן אַ באַשעפֿעניש, וואָס פֿאַרמאָגט אַ גיגאַנטישן פֿיזישן כּוח צו ראַטעווען זיי פֿון אַלע סכּנות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.