אַנטוישונג אין ישׂראל און אַראַבער

Disappointed in Both Israel and the Arabs

ליסאַ גאָלדמאַן
ליסאַ גאָלדמאַן

פֿון עדי מהלאל

Published April 16, 2015, issue of May 01, 2015.

ליסאַ גאָלדמאַן איז אַ געבוירענע קאַנאַדערין, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אַ 14 יאָר אין ישׂראל. דאָרט איז זי געוואָרן אַ זשורנאַליסטקע, וואָס דעקט ישׂראל-ענינים, דעם מצבֿ אויף די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, און דערצו איז זי בײַגעווען אין מצרים בשעת דער אַזוי גערופֿענער פֿרילינג־רעוואָלוציע. אַ סך פֿון אירע רעפּאָרטאַזשן זענען דערשינען אין דעם השפּעהדיקן ענגלישן אָנלײַן־זשורנאַל „972‟, וואָס זי האָט געהאָלפֿן צו גרינדן אין 2010. זי איז געווען די איינציקע ישׂראל־זשורנאַליסטקע, וואָס האָט באַזוכט ביירוט אין 2007, אַ יאָר נאָך דער מלחמה, און איבערגעגעבן איר רעפּאָרטאַזש פֿאַר דער ישׂראל-טעלעוויזיע.

אין די לעצטע פּאָר יאָר וווינט זי נישט אין ישׂראל. ערשטנס, איז זי צוריקגעפֿאָרן אין טאָראָנטאָ צו זײַן מיט איר קראַנקער מאַמע; און נאָך איר טויט איז זי שוין געבליבן אין אַמעריקע, וווּ זי איז געשטאַנען אַ שטיקל צײַט בראָש פֿון דער ישׂראל-פּאַלעסטינער איניציאַטיוו בײַ דער „נײַער אַמעריקע פֿונדאַציע‟. איצטער וווינט זי אין ברוקלין און אַרבעט אין דיגיטאַלער מעדיאַ. לעצטנס, פֿאַקטיש אַ פּאָר טעג נאָך די וואַלן אין ישׂראל, האָבן מיר זיך ביידע געטראָפֿן אין ברוקלין און געהאַלטן אַ שמועס מכּוח ישׂראל-פּאָליטיק, דעם מיטעלן-מיזרח, דער ייִדישער אידענטיטעט, און ווי איז דאָס וווינען אין ניו-יאָרק אַנדערש פֿונעם וווינען אין ישׂראל.

איך הייב אָן אונדזער שמועס פֿון דער פֿראַגע וועגן איר אַרבעט אין דער „נײַער אַמעריקע־פֿונדאַציע‟, וואָס מע קען זי דעפֿינירן ווי אַ פּראָגרעסיווע עקספּערטן־קאָמיסיע. „אַן עקספּערטן־קאָמיסיע געפֿינט אַ געוויסע פּראָבלעם, און דאַרף פֿאַר איר געפֿינען אַ פּראַקטישע לייזונג‟, דערציילט זי. ווי אַ משל גיט זי דאָס פֿאַרבינדן די פּאַלעסטינער אויפֿן מערבֿ-ברעג מיט דער ברייטפּאַס-אינטערנעץ (broadband internet). עס זעט אויס, אַז ישׂראל לאָזט נישט די פּאַלעסטינער טעלעקאָמוניקאַציע-פֿאַרזאָרגער צו האָבן אַ צוטריט צו דער ברייטפּאַס-אינטערנעץ, עפּעס וואָס ישׂראל איז מחויבֿ צו טאָן על-פּי דעם אָסלאָ-אָפּמאַך. זי זאָגט, אַז ישׂראל פֿירט זיך אַזוי צוליב עקאָנאָמישע סיבות.

„ישׂראל וויל פּשוט די פּאַלעסטינער פֿאַרקויפֿן איר אייגענעם ברייטפּאַס, וואָס מאַכט גרינגער פֿאַר ישׂראל זיך אונטערצוהערן צו די פּאַלעסטינער און האַלטן אַן אויג אויף זייערע טעלעפֿאָן-שמועסן.‟