(די 2 טע זײַט פֿון 3)
ד״ר לאָראַ גראָעפֿער, וועלכע פֿירט אָן מיט TEACCH — אַן אַנשטאַלט אין צפֿון־קאַראָלײַנע, געגרינדעט אין 1972 (איינע פֿון די עלטסטע אויטיזם־פּראָגראַמען אין אַמעריקע) — וועט איבערגעבן די רעזולטאַטן פֿון אַ יאָרן־לאַנגער שטודיע פֿון יענע ערשטע קינדער אין דער פּראָגראַם, וואָס זענען שוין הײַנט אין די 40ער און 50ער. זי וועט דיסקוטירן, ווי אַזוי מע קען שטיצן די אויטיסטישע דערוואַקסענע, אַז זיי זאָלן קענען זײַן זעלבשטענדיק, געפֿינען אַרבעט, און זײַן צופֿרידן מיט דער אַרבעט.
ד״ר ליסאַ קראַון, אַ וויסנשאַפֿטלערין בײַם „קײַזער־אינסטיטוט‟ אין אָוקלאַנד, קאַליפֿאָרניע, וועט איבערגעבן די רעזולטאַטן פֿון אַ נײַער שטודיע וועגן די פֿאַרשפּרייטסטע געזונט־פּראָבלעמען בײַ אויטיסטישע דערוואַקסענע, און וועגן דער פֿראַגע, ווי אָפֿט גייען זיי צום דאָקטער — וויכטיקע טעמעס, בפֿרט פֿאַר די, וועלכע וווינען מער נישט בײַ טאַטע־מאַמע און דאַרפֿן זיך אַליין אַן עצה געבן מיט זייער געזונט.
די ניו־יאָרקער „פֿעדעראַציע‟ פֿאַרנעמט זיך שוין אַ צאָל יאָרן מיטן ענין, אויטיזם. יעדעס יאָר טיילט זי אויס מער ווי 1.3 מיליאָן דאָלאַר אויף כּלערליי איניציאַטיוון פֿאַר דעם צוועק. $720,000 פֿון דער סומע גייט ספּעציפֿיש אויף צו העלפֿן זיי געפֿינען שטעלעס און געזעלשאַפֿטלעכע געלעגנהייטן ווי, למשל, ייִדישע יום־טובֿ־פֿײַערונגען; פֿאַרברענגען מיט אַנדערע אויטיסטישע לײַט דורך וועטשערעס, אַקטיוויטעטן און וואַרשטאַטן וועגן ענינים, וואָס פֿאַראינטערעסירן זיי.
Brooklyn Connect, למשל, וואָס איינער פֿון זײַנע צווײַגן געפֿינט זיך אינעם ייִדישן קהילה־צענטער Kings Bay Y
//www.kingsbayy.org/adults/brooklyn-connect
ווענדט זיך צו אָרטיקע געשעפֿטסלײַט און כּלל־טוער, זיי זאָלן העלפֿן די אויטיסטישע לײַט צו געפֿינען אַרבעט און געזעלשאַפֿטלעכע געלעגנהייטן. די האָפֿענונג איז, אַז די בחורים און מיידלעך זאָלן געפֿינען פֿאַר זיך אַן אָרט סײַ אין דער ייִדישער קהילה, סײַ אין דער געזעלשאַפֿט בכלל.
דער יערלעכער סימפּאָזיום, וואָס זײַן אָפֿיציעלער נאָמען איז דער „היליבראַנד אויטיזם־סימפּאָזיום‟ ווערט פֿינאַנצירט דורך דער אויטיזם־אַקטיוויסטקע און פֿילאַנטראָפּין, דעבי היליבראַנד.
„אונדזער געזעלשאַפֿט האָט שוין פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט פֿון געבן אויטיסטישע קינדער אַ גוטע דערציִונג, אָבער מיר מוזן זיי אויך צוגרייטן צו דער רעאַליטעט, נאָך דעם ווי זיי ווערן 21 יאָר אַלט,‟ האָט דערקלערט בעט ראָזענבערג, איינער פֿון די אָרגאַניזירער פֿונעם סימפּאָזיום. „אויב נישט, איז עס גלײַך ווי מיר לאָזן זיי איבער אויף הפֿקר.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.