אַפֿישן איבער גאַנץ וואַרשע בעטן די היגע תּושבֿים זיי זאָלן טראָגן געלע פּאַפּירענע נאַרציסן אין אָנדענק פֿון די ייִדישע קרבנות פֿון חורבן בכלל און די קעמפֿער פֿון וואַרשעווער געטאָ בפֿרט.
פֿאַרוואָס דווקא נאַרציסן? מסתּמא ווײַל זיי דערמאָנען סײַ די געלע לאַטעס וואָס די ייִדן האָבן געמוזט טראָגן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע (הגם נישט אין וואַרשע) און סײַ אונדזער מגן-דוד.
מאַגדאַלענאַ טשעלעצקאַ, אַ באַרימטע פּוילישע אַקטריסע העלפֿט מיט דער דאָזיקער נאַרציסן-קאַמפּאַניע פֿונעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע. ווען עמעצער דערמאָנט, למשל, די פּליטים אין סיריע, וויל קיינער נישט וויסן, צי ער שטאַמט פֿון די אַראַבער. ווי מיר ווייסן, איז מיט אונדז ייִדן אַ ביסל אַנדערש. ווען עמעצער ווײַזט אַרויס סימפּאַטיע צום ייִדישן פֿאָלק, פֿרעגט מען אים באַלד — פֿאַר וואָס? די גרויסע פּוילישע צײַטונג, די „גאַזעטאַ וויבאַרטשאַ‟ האָט טאַקע געוואָלט וויסן, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט די פּוילישע אַקטריסע מיט ייִדן.
„אין דער פֿאָלקסשול, — דערציילט מאַגדאַלענאַ טשעלעצקאַ, — האָט מען גענומען די קינדער, זיי זאָלן זען דעם אוישוויץ־מוזיי. מען האָט אונדז דערציילט, אַז דאָרט האָט מען דערמאָרדעט רוסן און אַנדערע אויך. מען האָט אָבער אין גאַנצן פֿאַרשוויגן דעם פֿאַקט, אַז אוישוויץ איז אין דער אמתן אַ גיגאַנטישער ייִדישער בית-עולם.‟
ייִדן זענען געווען אַ טאַבו נישט בלויז אונטער דער קאָמוניסטישער הערשאַפֿט, נאָר אויך שפּעטער, אין פֿרײַען פּוילן. עפּעס זענען זיי נישט געווען גענוג וויכטיק מען זאָל זיי דערמאָנען.
„מיר זענען כּלומרשט געזונט געוואָרן, — דערציילט ווײַטער מאַגדאַלענאַ טשעלעצקאַ, — מיר טרינקען קאַווע מיט סאָיע־מילעך, מיר זענען עקאָלאָגיש קאָרעקט, אָבער די באַציִונג צו אונדזערע אמאָליקע ייִדישע שכנים איז געבליבן קראַנק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.