(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דאָס וואָס רומעניש קלינגט אויך אַ סך אַנדערש פֿון זײַנע „ברידער“ האָבן מיר אַוודאי צו פֿאַרדאַנקען די סלאַוון און טערקן, וואָס זיי האָבן אַרויפֿגעלייגט אַן אייבערשיכט אויף רומעניש. אויב איר האָט, אָבער, געהערט רעדן פּאָרגאַליש (אין אייראָפּע, נישט אין בראַזיל), ווייסט איר, אַז דער קלאַנג דערמאָנט דעם נישט־קענער אין פּויליש אָדער רוסיש. פֿאַר וואָס? סײַדן מע קען דערווײַזן, אַז די אַלט־געזעסענע פּאָרטוגאַלן האָבן זיך אין גאַנצן נישט אָנגעקערט מיט די אַמאָליקע שפּאַניער, איז תּיקו.
און מאַמע־לשון? דאָ איז די מעשׂה נישט אַזוי גלאַטיק, ווײַל אונדזערע אַשכּנזישע ייִדן זענען דאָך נישט געזעסן פֿון ששת־ימי־בראשית אויף איין אָרט, נאָר זענען, ווי איר ווייסט, נע־ונד: פֿון ארץ־ישׂראל דורך איטאַליע און פֿראַנקרײַך קיין דײַטשלאַנד, און דערנאָך איבער גאַנץ אייראָפּע, דער הויפּט — אין די סלאַווישע לענדער. איז ווי אַזוי זשע דעפֿינירט מען אַפֿילו די טערמינען „אונטערשיכט“ און „אייבערשיכט“ אין שײַכות מיט ייִדן?
אויב מע נעמט אָן, אַזוי ווי ס’רובֿ פֿילאָלאָגן, אַז מאַמע־לשון איז אויפֿגעקומען אין דײַטשלאַנד, איז דער סלאַווישער קאָמפּאָנענט אַוודאי אַן אייבערשיכט, דער לעזישער (פֿון אַלט־פֿראַנצייזיש און אַלט־איטאַליעניש) — אַן אונטערשיכט. פֿאַר וואָס דער לעזישער איז בײַם הײַנטיקן טאָג אַזוי קליין, איז אַ רעטעניש וואָס מע וועט מסתּמא קיין מאָל נישט באַשיידן.
וואָס זשע איז, אָבער, דער לשון־קודשדיקער קאָמפּאָנענט? איז ער אַן אונטערשיכט — דאָס הייסט, ייִדן זענען קיין דײַטשלאַנד אָנגעקומען מיט אַ לעבעדיקן, אָדער כּמעט לעבעדיקן, לשון־קודש, אַזוי ווי ס’טענהט דוד קאַץ? אויב אַזוי, איז דער דײַטשישער קאָמפּאָנענט נישט דער יסוד פֿון דער שפּראַך, נאָר גאָר אַן אייבערשיכט. צי איז דער לשון־קודש־קאָמפּאָנענט גאָר אַן אייבערשיכט — ייִדיש האָט זיך אויסגעפֿורעמט מיט אַ קליינער צאָל „העברעיִזמען“, אָבער ס’רובֿ זענען צוגעקומען שפּעטער, נאָכן אויפֿקום פֿון דער שפּראַך? צי איז דער לשון־קודש־קאָמפּאָנענט, גלײַך מיט דײַטשישן, אַ יסוד — נישט קיין אונטערשיכט, נישט קיין אייבערשיכט? און אויב ס’איז גערעכט פּראָפֿ‘ פּאָול וועקסלער, איז דער אונטערשיכט גאָר סלאַוויש, בשעת דער דײַטשישער איז דער אייבערשיכט!
איך ווייס נישט דעם ענטפֿער. וואָס מיינט איר?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.