די געװעזענע אױסטראַליש־ייִדישע סאָלדאַטן אין מעלבורן האָבן געמאָלדן, אַז זײ זאַמלען געלט אױף אַ נײַעם דענקמאָל נאָך ייִדישע סאָלדאַטן אין דער אױסטראַלישער אַרמײ, װעלכע האָבן געדינט אין דער ערשטער װעלט־מלחמה און אין דער צװײטער װעלט־מלחמה. דער דענקמאָל װעט שטײן אױפֿן ייִדישן אָפּטײל פֿונעם אַלגעמײנעם בית־עולם אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קאַרלטאָן. דאָס װעט פֿאַרבײַטן דעם דענקמאָל, װאָס איז אױפֿגעשטעלט געװאָרן אין 1924. די אָרגאַניזאַטאָרן בעטן, אַז משפּחה און פֿרײַנד פֿון אומגעקומענע ייִדישע סאָלדאַטן זאָלן שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט זײ, כּדי די נעמען פֿון די אומגעקומענע זאָלן פֿיגורירן אױפֿן נײַעם דענקמאָל.
אױסטראַליע פֿײַערט איצט 100 יאָר זינט איר אַרמײ האָט געקעמפֿט אין גאַליפּאָליע, טערקײַ, אָנהײבנדיק פֿון אַפּריל 1915.
אָנפֿירער פֿון פֿיל אױסטראַליש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אױסגעדריקט זײער אונטערשטיצונג פֿאַר דער אַלװעלטלעכער קאַמפּאַניע צו אָנערקענען דעם גענאָציד פֿון ציװילע אַרמענער קריסטן, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן דעם 24סטן אַפּריל, 1915, אין טערקײַ. איבער אַ מיליאָן אַרמענער זײַנען אומגעקומען ביזן סוף פֿון דער ערשטער װעלט-מלחמה. די רעגירונגען פֿון אױסטראַליע און פֿון מדינת־ישׂראל האָבן נאָך נישט אָנערקענט דעם גענאָציד.
32 אױסטראַלישע ייִדישע יוגנטלעכע און 27 עלטערן, זײדע־באָבעס און לערערס זײערע האָבן הײַיאָר אָנטײלגענומען אינעם מאַרש פֿון די לעבעדיקע. זײ האָבן באַזוכט סײַ פּױלן, סײַ מדינת־ישׂראל. די אָנטײלנעמער זײַנען געקומען פֿון אַ רײ אױסטראַלישע שטעט. זײ זאָגן, אַז די פּראָגראַם איז געװען „באַדײַטונגספֿול און עמאָציאָנעל‟.
אַ הזכּרה אין אָנדענק פֿון 100 יאָר נאָך דער האַמעלער שלאַכט בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה און אין אָנדענק פֿונעם ייִדישן גענעראַל סער דזשאָן מאָנאַש װעט פֿאַרקומען אין דרײַ יאָר אַרום אינעם ביאַליק־קאָלעדזש אין מעלבורן. די הזכּרה װעט צוגעגרײט װערן פֿונעם ביאַליק־קאָלעדזש אין אײנעם מיטן ייִדישן מוזעום פֿון אױסטראַליע, װאָס געפֿינט זיך אין מעלבורן. מאָנאַש האָט אָנגעפֿירט מיט די אױסטראַלישע סאָלדאַטן, װעלכע האָבן געקעמפֿט קעגן די דײַטשן אין האַמעל. די שלאַכט האָט דערפֿירט צום אַליִיִרטן נצחון אין נאָװעמבער, 1918. מאָנאַש איז אָנערקענט געװאָרן דורכן בריטישן קיניג אין 1918, װען ער איז געװאָרן אַ בריטישער ריטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.