וויכּוח וועגן ישׂראלדיקער חורבן־דערציִונג

Debate About Israeli Holocaust Education

שי פּירון, דער געוועזענער בילדונג־מיניסטער, גיט אַ לעקציע וועגן טאָלעראַנץ אין אַ שול אין ירושלים, דעם 17טן נאָוועמבער 2014
Israeli Ministry of Education/Sasson Tiram
שי פּירון, דער געוועזענער בילדונג־מיניסטער, גיט אַ לעקציע וועגן טאָלעראַנץ אין אַ שול אין ירושלים, דעם 17טן נאָוועמבער 2014

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published May 05, 2015, issue of May 29, 2015.

דעם 19טן אַפּריל איז קרן זכמיס 3־יאָריק טעכטערל אַהיימגעקומען פֿון איר גן אין תּל־אָבֿיבֿ, טראָגנדיק אַ געלע לאַטע מיטן וואָרט „יודע‟. די לערערין האָט געהאַט צוגעטשעפּעט דעם געלן מגן־דוד אויף די 17 קינדערלעך, כּדי זיי זאָלן „פֿילן דעם טעם‟ פֿון גערודפֿטע ייִדן. אַן אויפֿגעבראַכטע האָט זכמי פֿאָטאָגראַפֿירט איר קינד מיט דער לאַטע און עס געשטעלט אויף דער „פֿייסבוק‟־זײַט פֿון דער מוניציפּאַליטעט. „איך זאָרג זיך שטאַרק וועגן דער ריכטונג פֿון דער דערציִונג פֿון אונדזערע קינדער,‟ האָט זכמי געשריבן.

די לערערין, וואָס מע האָט זי גלײַך אָפּגעזאָגט פֿון דער שטעלע, האָט טאַקע נישט געפֿאָלגט דעם קוריקולום, וואָס דער ישׂראלדיקער בילדונג־מיניסטעריום האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט בשותּפֿות מיט „יד־ושם‟, ווי אַזוי צו רעדן צו קליינע קינדער וועגן דעם חורבן. דער אינצידענט האָט אָבער דערבײַ צעפֿלאַקערט אַ דעבאַטע צווישן פּעדאַגאָגן, עלטערן און קאָמענטאַטאָרן וועגן דער געהעריקער ראָלע פֿון דער חורבן־טעמע בכלל אין דער ישׂראלדיקער דערציִונג.

בײַ אַ טייל מענטשן, קאָן דער נײַער טראָפּ אויפֿן חורבן העלפֿן אַנטוויקלען אַ ייִדישע אידענטיטעט, בפֿרט בײַ סעקולערע ישׂראלדיקע תּלמידים, און מוטיקן זיי צו שטעלן שווערע מאָראַלישע קשיות. אָבער בײַ אנדערע, זעט עס אויס ווי די שול־סיסטעם ניצט אויס אַ פּײַנלעך קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער געשיכטע אײַנצופֿלאַנצן מורא, עטנאָצענטריזם און אַ רעכט־ליניקע פּאָליטיק.

„צו לערנען קליינע קינדערלעך וועגן דעם חורבן איז נישט בלויז פּעדאַגאָגיש נישט־פּאַסיק, אָבער איז אויך אַ צינישער מיטל בײַ בנימין נתניהוס רעגירונג צו דערציִען אַ דור, וואָס זאָל זײַן גרייט פֿאַר כּסדרדיקע מלחמות,‟ האָט באַמערקט יוסי שׂריד, אַ געוועזענער בילדונג־מיניסטער און געוועזענער פֿירער פֿון דער „מרץ‟־פּאַרטיי.

אונטער נתניהוס אויפֿזיכט האָבן די בילדונג־מיניסטאָרן אויך פֿאַרבעטן רבנים אין זייערע שולן; געפֿירט די תּלמידים אויף עקסקורסיעס אין די ייִדישע הייליקע ערטער אויפֿן מערבֿ־ברעג, און באַזײַטיקט עטלעכע לינק־געשטימטע לערער פֿון זייערע פּאָזיציעס.

אַראל סגל, אַ פּראָמינענטער רעליגיעזער זשורנאַליסט, טענהט, אַז דער אַנטאַגאָניזם קעגן אַ מער ייִדישלעכער דערציִונג איז „אַ סימן פֿון עם־האָרצות‟ וועגן יהדות. „זיי רעבעלירן קעגן אַן אידענטיטעט, וואָס זיי ווייסן בכלל גאָרנישט וועגן דעם. דערבײַ האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט אַלע ייִדישע טעמעס אין אַ מין מאָנסטער, וואָס קאָן נאָך ׳אויפֿפֿרעסן׳ זייערע קינדער און מאַכן זיי פֿאַר געטרײַע סאָלדאַטן פֿון אַ ראַסיסטישער מיליטאַריסטישער מלוכה.‟

אין דער אמתן, איז עס אַ זאָרג וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער סעקולערער ישׂראלדיקער קולטור, האָט סגל געזאָגט.