(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין 2001 האָט דער בילדונג־מיניסטער גדעון סער געגרינדעט אַ פּראָגראַם, וואָס ברענגט תּלמידים אויף טורן פֿון ייִדישע היסטאָרישע ערטער אין חבֿרון, אויפֿן מערבֿ־ברעג, וווּ עס ליגן די קבֿרים פֿון די אָבֿות פֿון חומש. אַ פּעטיציע פֿון 260 לערער האָט באַצייכנט דעם פּלאַן ווי אַ „פּאָליטישע מאַניפּולאַציע‟. אין 2013 האָט מען אין אַ סך שולן צוריקגעצויגן די פּראָגראַם.
ווען שי פּירון איז געוואָרן דער בילדונג־מיניסטער, האָט ער אײַנגעפֿירט אַ פּראָגראַם, וואָס דערלויבט רבנים צו קומען אין די עפֿנטלעכע שולן און לערנען מיט די קינדער געוויסע רעליגיעזע לימודים. דער ציל איז געווען „צו פֿאַרבינדן די תּלמידים צום תּנ״ך, צו דער ישׂראל־פֿאָן און צו דער מדינה,‟ האָט דערקלערט דער דירעקטאָר פֿון פּראָגראַם, אַבֿיחי רונצקי. די סעקולערע עלטערן האָבן אָבער זיך שטאַרק אַנטקעגנגעשטעלט.
אין אַן אינטערוויו האָט פּירון אָפּגעוואָרפֿן די באַשולדיקונג, אַז די ישׂראלדיקע שולן ווערן מאַניפּולירט לטובֿת רעכט־געשטימטע צוועקן, זאָגנדיק, אַז די שול־סיסטעם האָט אויך אָנגעפֿירט מיט פּראָגראַמען בשותּפֿות מיט דער לינק־געשטימטער אָרגאַניזאַציע „אַדם‟, מיט דעם „ישׂראלדיקן אינסטיטוט פֿאַר דעמאָקראַטיע‟, און אַנדערע.
„די ישׂראלדיקע שול־סיסטעם איז איינע פֿון די טאָלעראַנטסטע אין דער וועלט, גיבנדיק די תּלמידים אַ פֿרײַען מאַרק פֿון קאָנסטרוקטיווע וועלט־אויסבליקן און געדאַנקען — אַרײַנגערעכנט אַ ליבשאַפֿט פֿאַר מדינת־ישׂראל, אירע בירגער און זייערע באַזונדערע רעליגיעס,‟ האָט באַטאָנט פּירון, אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ און מיטגליד פֿון דער צענטריסישער פּאַרטיי „יש עתיד‟. „דאָס הייסט בילדונג, נישט אינדאָקטרינירונג.‟
און דער אמת איז, ווען דער לינק־געשטימטער שׂריד האָט אָנגעפֿירט מיט די שולן, האָט ער געהייסן די לערער לייענען מיט די תּלמידים געוויסע טעקסטן פֿונעם נאַציאָנאַלן פּאַלעסטינער פּאָעט מאַכמוד דאַרוויש; אַזוי אַז מע וואָלט געקאָנט דעמאָלט זאָגן, אַז מע גיט איבער די תּלמידים אַ לינק־געשטימטע פּראָפּאַגאַנדע.
אדר כּהן, אַ לינק־געשטימטער פּעדאַגאָג אין העברעיִשן אוניווערסיטעט און אַ געוועזענער הויך־ראַנגיקער אינעם בילדונג־מיניסטעריום, האַלט אָבער, אַז דער קוריקולום הײַנט איז פֿאָרט שטאַרק רעכט־געשטימט. ער איז אַליין געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דער דעבאַטע נאָך דעם ווי מע האָט אים אָפּגעזאָגט אין 2012 — אַ סימן, זאָגן די קריטיקער, אַז די רעגירונג האָט געוואָלט באַזײַטיקן פּעדאַגאָגן פֿונעם לינקן לאַגער. פֿאַראַיאָרן האָט מען אָפּגעזאָגט אָדם וואַרטאַ, אַ מיטלשול־לערער אין דער חיפֿהער געגנט, נאָך דעם ווי ער האָט עפֿנטלעך דערקלערט, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט זיך געפֿירט אוממאָראַליש אין עזה.
„פּעדאַגאָגן שווימען אָפֿט קעגן דעם שטראָם,‟ האָט כּהן געזאָגט. „זיי האַלטן, אַז זיי מוזן לערנען די קינדער ווי צו שטעלן קשיות, אַפֿילו די וועלכע רופֿן אַרויס אומבאַקוועמע געפֿילן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.