אַלץ ווענדט זיך אין דעם, בײַ וועמען מ’ווערט געבוירן און מע שטייט אײַן. מ’קלײַבט זיך נישט אויס די עלטערן און, להבֿדיל, טאַטע־מאַמע זײַנען פּונקט אַזוי פֿאַרחידושט, ווען זיי דערזעען פֿאַר זיך זייער ערשטלינג, דאָס עופֿעלע. צום מזל, בין איך געווען מײַנע עלטערנס ערשט און איינציק קינד, זייער לאַגע האָט באמת נישט דערלויבט צו ברענגען קיין קינדער אויף דער וועלט.
איך האָב זייער ווייניק געשריבן וועגן מײַן טאַטן, חיים שמולעוויטש, כ’האָב זיך אַלעמאָל קאָנצענטרירט אויף מײַן מאַמען און איר לאָדזשער ייִדיש, וואָס זי האָט מיר איבערגעלאָזט בירושה. דעם טאַטן האָב איך אינגאַנצן פֿאַרזען. איך האָב אַלעמאָל אַרויפֿגעקוקט צום טאַטן; ער איז געווען אַ הויכער, ברייט־פּלייציקער מאַנספּאַרשוין, און האָט ליב געהאַט דאָס לעבן מיט אַלע זײַנע חושים. ווי אַ קינד, האָב איך געהאַלטן, אַז ער איז דער קליגסטער מענטש אויף דער וועלט, און אַז איך וועל קיין מאָל נישט קענען דערגרייכן צו זײַן וויסן און קלוגשאַפֿט.
דער טאַטע מײַנער איז געבוירן און אויסגעכאָוועט געוואָרן אין לאָדזש, פּוילן אויף דער זגערזשער גאַס נומער 46. ער האָט מיר דערציילט, אַז זיי האָבן געוווינט אין באַלוט, די אָרעמסטע געגנט אין לאָדזש. זייערס איז געווען אַ טיפּיש הויז מיט אַ פּלימפּ, אַ זליוו, אַ רינשטאָק, אַ ברונעם, אַ לאַטרין, אַרום וועלכע די קינדער האָבן זיך טאָג און נאַכט געשפּילט. פֿון פֿאָרנט זײַנען געווען געוועלבער, אַ זודע־וואַסער און בשׂמים געוועלבל און אַ לעדער־געשעפֿטל. אָבער דאָס לעבן האָט מײַן טאַטן אָפּגעטאָן אויף טערקיש און אים צוגעשטעלט אַ שאול־תּחתּיה מיט שפּיציקע הערנער.
קודם און צום אַלע ערשטן איז ער געבליבן אַ יתום בײַ די דרײַ יאָר מיט אַ שוועסטערל רחלע, וועלכע איז דעמאָלט געווען אַ פּיצל קינד פֿון אָנדערטהאַלבן יאָר. זייער מאַמע מירעלע, איז געשטאָרבן צו אירע דרײַ און צוואַנציק יאָר פֿון אַ לונגען־אָנטצינדונג.
זײַן טאַטע בעריש, מײַן זיידע, הייסט עס, האָט פּרובירט אויספּועלן בײַ באָבע־זיידן אַרײַנצונעמען כאָטש אויף דערווײַל די צוויי יתומים, אָבער יענע האָבן זיך אַכזריותדיק אָפּגעזאָגט. האָט מײַן זיידע געמוזט אויף שנעל חתונה האָבן צוליב די קינדער, און גענומען האָט ער אַן אַלמנה מיט אַ זון, אַ פּאַריק־מאַכערין, און די שטיף־מאַמע האָט געהאַלטן די צוויי קינדער, ווען מ’האָט דעם זיידן מאָביליזירט אין דער פּוילישער אַרמיי בײַם אויסברוך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. זינט דעמאָלט ווייסט מען נישט, וווּ זײַן געביין איז אַהינגעקומען.
איז מײַן טאַטע אויסגעוואַקסן אַ קײַלעכדיקער יתום. ווען ער איז צוגעקומען צו דער עלטער פֿון זײַן בר־מיצווה, איז ער געוואָרן אַ שיק־ייִנגל אין אַ ייִדישער צײַטונג, וווּ דער רעדאַקטער איז געווען לאַזאַר כּהן. בײדע לאַזאַר כּהן און זײַן פֿרוי שושנה ראָוז, אַ ייִדישע אַקטריסע, האָבן געוווינט אין לאָדזש אין אַ פֿיל־שטאָקיקער געבײַדע. מיט דער צײַט איז מײַן טאַטע געוואָרן אַ דרוקער אין לאַזאַר כּהנס ייִדישער צײַטונג.
סוף 1920ער, אָנהייב 1930ער יאָרן איז אונטערגעקומען אַ פֿינצטערע צײַט אויף דער וועלט, נעמלעך, די גרויסע דעפּרעסיע. לאַזאַר כּהנס צײַטונג האָט זיך געשלאָסן, ס’האָט געהערשט אַ הונגער און נויט אין לאַנד, מײַן טאַטנס מיידל געלע, האָט אים געלאָזט וויסן, אַז איר משפּחה האָט באַקומען שיפֿס־קאַרטן צו פֿאָרן קיין קאַנאַדע, אָבער זי האָט אים ליב, און אַזוי שנעל ווי מעגלעך, וועט זי שיקן נאָך אים. זיי וועלן שוין פּראַווען זייער חתונה אין קאַנאַדע…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.