(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די ליבעס־בריוו זײַנען געפֿלויגן ראַפּטום אַהין און צוריק, און מיט דער צײַט האָט זי אים געלאָזט וויסן, אַז איר „בוי־פֿרענד‟ לייענט זײַנע בריוו.
די אַרבעטסלאָזיקייט, דער הונגער און דער ייִאוש האָט מײַן טאַטן געטריבן צו פֿאַלן אַ קרבן פֿון די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע־בלעטלעך און פּאַמפֿלעטן וואָס האָבן געפּרעדיקט: “קומט יונגע חבֿרה און העלפֿט אונדז בויען דעם סאָציאַליזם. דאָ וועט איר געניסן פֿון בילדונג, פֿרײַהײט, ברידערלעכקייט און גלײַכהייט, מיר וואַרטן אויף אײַך מיט אָפֿענע אָרעמס.‟
איז דער טאַטע מײַנער אַרײַנגעפֿאַלן אין דער פּאַסטקע. הונדערטער טויזנטער פֿון דער ייִדישער יוגנט אין פּוילן, ליטע, אונגאַרן און רומעניע האָבן אָנגעזאַמלט גענוג געלט פֿאַר די שמוגלער, וואָס האָבן זיי געהאָלפֿן שוואַרצן די גרענעץ קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. און ווי נאָר זיי זײַנען אַריבער די גרענעץ, אַזוי האָבן שוין אויף זיי געוואַרט די אָפֿענע וואַגאָנען, וואָס האָבן זיי גלײַך געפֿירט אין די שקלאַפֿן־לאַגערן אויפֿן אוראַל אונטער וואַך און שטעכל־דראָט.
מײַן טאַטע, אַ נאַיִווער יונגערמאַן אין די צוואַנציקער האָט באַשלאָסן נאָך עטלעכע יאָר צו עפֿענען ס’מויל און נאָכפֿרעגן זיך: „וואָס טוען מיר דאָ בײַ די רוסן אין אַ שקלאַפֿן־לאַגער? מען האָט דאָך אונדז צוגעזאָגט גאָלדענע גליקן, אַרבעט, בילדונג, פּרנסה…‟ אָבער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן ווענט אויערן, און דער ווינט צעטראָגט; האָט מען באַלד צוגעטראָגן צום לאַגער־קאָמיסאַריאַט זײַנע רייד, און די זעלבע נאַכט האָט מען אים געהייסן אײַנפּאַקן ס’פּעקל מיטן זעקל און אים אָפּגעשיקט צו די ווײַסע בערן קיין סיביר, אין דער טאָבאָלסקער תּפֿיסה.
לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז אין די באַראַקן פֿון די שקלאַפֿן־לאַגערן האָבן געהויזט סײַ מיידלעך, סײַ ייִנגלעך צוזאַמען, האָט די יונגע חבֿרה דאָ פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון פּרו־ורבֿו, כאָטש ס’רובֿ פֿון די מיידלעך האָט אָנגעוווירן בײַ יענע באַדינגונגען פֿון נישט דערעסן, זייער מאָנאַטלעכן פּעריאָד, צוליב מאַנגל אין וויטאַמינען. אָבער נישט מײַן מאַמע, זי איז דערווײַל פֿאַרגאַנגען אין טראָגן מיט מיר, און באַשלאָסן פֿרײַוויליק זיך צו פֿאַראייניקן מיט מײַן טאַטן אין זײַן פֿאַרשיקונגס־שטאָט טאָבאָלסק, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן אין יאָר 1936.
ווען אירע עלטערן האָבן באַקומען מײַן מאַמעס קאַרטלעך, אַז זיי לײַדן פֿון הונגער און נויט, איז זיי פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן. זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די קינדער זײַנען ביטער אַרײַנגעפֿאַלן. דעריבער, ווען ס’איז אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה, האָט די באָבע שוין נישט געלעבט און דער זיידע מיט דער ייִנגסטער טאָכטער גאָלדען האָבן זיך שוין אָפּגעזאָגט צו שמוגלען די גרענעץ קיין רוסלאַנד, אַנשטאָט דעם זײַנען זיי אומגעקומען אין אָשוויענטשים.
האַרט בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן מײַנע עלטערן באַשלאָסן צו אַנטלויפֿן פֿון סטאַלינס גן־עדן. זיי האָבן גאַנץ גוט געוווּסט, אַז זיי שפּילן זיך מיט פֿײַער; אַז זיי שטעלן אײַן זייער לעבן אין גרויס סכּנה, אָבער ווײַטער לעבן אין שרעק און אין פּחד האָט נישט געהאַט קיין זינען. האָבן טאַטע־מאַמע צוגעטראַכט אַ פּלאַן צו אַנטלויפֿן.
אַ שאָד וואָס האַליוווּד פֿאַרמאָגט שוין מער נישט די אַמאָליקע ריזיקע סטודיעס, ווײַל בלויז זיי וואָלטן געווען בכּוח אָפּצושילדערן אין פֿילם דעם געניאַלן פּלאַן, וואָס טאַטע־מאַמע האָבן צוגעטראַכט פֿון מאַכן אַ פּליטה, אײַנשטעלן זיך דאָס לעבן און אָפּטראָגן זיך פֿון דעם פֿאַרפּאַנצערטן סאָוויעטן פֿאַרבאַנד.
יענעם פּלאַן וועל איך פּרובירן דעשיפֿרירן אין קומענדיקן אַרטיקל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.