(די 2 טע זײַט פֿון 3)
נאָך לאַנגע דיסקוסיעס, האָט די פֿאַרוואַלטונג באַשלאָסן, אַז דער איבערבוי־פּראָיעקט איז אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו שאַפֿן אַ נײַעם סאָרט ביבליאָטעק, בעסער צוגעפּאַסט צום 21סטן יאָרהונדערט. לויטן פּלאַן, וועט מען ווײַטער דיגיטאַליזירן כּמעט אַלע ביכער און מאַנוסקריפּטן (אַ פּראָיעקט, וואָס מע האָט אָנגעהויבן נאָך מיר יאָרן צוריק), כּדי די אַקאַדעמיקער און סטודענטן איבער דער וועלט זאָלן קענען פֿאָרשן זייערע טעמעס, אָן צו דאַרפֿן פֿיזיש זײַן אין בנין.
„אין דער נײַער ביבליאָטעק וועלן אַלע ביכער און מאַטעריאַלן שוין זײַן דיגיטאַליש צוטריטלעך,‟ האָט ד״ר דוד קריימער, דער דירעקטאָר פֿון דער ביבליאָטעק, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „דערצו וועט מען די זעלטענע זאַמלונגען קענען זען סײַ דורך דיגיטאַלישע אימאַזשן, סײַ אין דער פֿיזישער פֿאָרם.‟ די ביכער, וואָס ווערן ווייניק געניצט הײַנט אין JTS — ווי, למשל, ביכער וועגן דעם קריסטלעכן גלויבן אָדער קריסטלעכער געשיכטע — וועלן זײַן צוטריטלעך בלויז דיגיטאַליש, האָט קריימער צוגעגעבן.
מע וועט אויך אַרײַנשטעלן אַ סך מער קאָמפּיוטערס ווי הײַנט, און בויען ספּעציעלע „קאָנפֿערענץ־סטאַנציעס‟, וווּ סטודענטן קענען שמועסן און קאָלאַבאָרירן בײַ זייערע פּראָיעקטן, ווײַל אַ סך סטודענטן האָבן אויסגעדריקט אַן אינטערעס אין אַזאַ זאַך. דערצו, וועט דער קוראַטאָר פֿון דער ביבליאָטעק אָרגאַניזירן עפֿנטלעכע אויסשטעלונגען פֿון די זעלטענע ביכער און מאַנוסקריפּטן, כּדי מענטשן, וואָס זענען נישט פֿאַרבונדן מיט JTS, זאָלן אַליין קענען באַוווּנדערן די אוצרות, וואָס זענען ביז איצט געלעגן באַהאַלטן אויף די פּאָליצעס.
די האָפֿענונג איז, אַז ווען דער ברייטער עולם וועט זיך באַקענען מיט די ספּעציעלע אייגנשאַפֿטן פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, וועט עס צוציִען מער סטודענטן און מער פֿאָנדן — און במילא באַרײַכערן זײַן עולמות־פֿאָנד.
הויפּטמאַן זעט בכלל נישט קיין פּראָבלעם מיטן פּלאַן ממשותדיק צו ענדערן די ביבליאָטעק. „דעם אמת געזאָגט, טוען ס׳רובֿ סטודענטן הײַנט סײַ־ווי זייער פֿאָרש־אַרבעט ׳אָנלײַן׳,‟ האָט ד״ר האַופּטמאַן באַמערקט. דרײַ מאָל אַ וואָך לערנט זי אַ קלאַס אויפֿן צווייטן שטאָק פֿון דער ביבליאָטעק, און אַחוץ די סטודענטן פֿון איר קלאַס, זעט זי דאָרט כּמעט קיינעם נישט.
די זאָרג פֿון געוויסע אַקאַדעמיקער איז נישט אַזוי פֿיל וועגן דעם פֿאָרמאַט פֿון דער נײַער ביבליאָטעק, נאָר וועגן די בערך דרײַ יאָר, צווישן דער צײַט, ווען מע וועט אַראָפּרײַסן די אַלטע ביבליאָטעק, ביז מע וועט עפֿענען די נײַע. ד״ר קריימער האָט דערקלערט, אַז אַלע מאַטעריאַלן פֿון דער באָרג־ביבליאָטעק וועלן במשך פֿון דער צײַט נאָך אַלץ זײַן צוטריטלעך. „אַבי מע באַשטעלט דאָס בוך אָדער מאַנוסקריפּט אין פֿאָרויס, וועט מען דעם צווייטן טאָג קענען קומען אין ביבליאָטעק עס אָפּנעמען,‟ האָט קריימער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.