דעם 9טן מײַ בין איך אַרויס אין דער פֿרי אויף ברײַטאָן־ביטש. צופֿעליק איז עס צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער צײַט, ווען די וועטעראַנען פֿון דער רויטער אַרמיי האָבן אָנגעהויבן זיך צונויפֿקלײַבן אויף זייער פּאַראַד, וועלכן מע האָט, ווי איך האָב שפּעטער איבערגעלייענט, דורכגעפֿירט אויף דעם „באָרדוואָק‟, וואָס גייט פּאַזע דעם ים.
די וועטעראַנען האָבן אָנגעטאָן זייערע אָרדנס און מעדאַלן, די צאָל פֿון וועלכע הערט ניט אויף מיך צו חידושן. מײַן טאַטע ע״ה האָט זיך אומגעקערט פֿון דער מלחמה מיט דרײַ אָרדנס און פֿינף מעדאַלן. זײַן עלטערער ברודער ע״ה, וואָס האָט קאָמאַנדעוועט מיט אַ פּאָלק (רעגימענט) אין אַן עליטאַרער טאַנקן־דיוויזיע, האָט מען באַלוינט מיט פֿינף אָרדנס און עפּעס אַ צאָל מעדאַלן. אָבער דאָס איז אַלץ ממש קליינגעלט אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, וואָס באַפּוצט איצט די וועטעראַנישע מאַרינאַרקעס. ווי אַ פּועל־יוצא, שאַפֿט זיך אַ בילד, וואָס דערמאָנט מיר פּאַראַדן אין צפֿון־קאָרעע.
וואָס באַדײַטן די דאָזיקע מעדאַלן, ס׳רובֿ פֿון וועלכע האָט מען מיליאָנענווײַז צעטיילט צו כּלערליי יובילייען? אין דער אמתן — גאָרנישט. מײַן דרך־ארץ צום וועטעראַן וואָלט נאָר אויסגעוואַקסן, טאָמער ער — צי זי — וואָלט אָנגעטאָן בלויז די באַלוינונגען, וואָס געהערן צו דער צײַט פֿון דער מלחמה. איך ווייס, אַז אַזוי וואָלטן געטאָן סײַ מײַן טאַטע, סײַ מײַן פֿעטער. אמת, זיי האָבן ניט דערלעבט צו זען די קאַרנאַוואַלישקייט פֿון הײַנטיקע נצחון־טעג, געפּראַוועט אין נוסח־רוסלאַנד.
די גאַנצע זאַך מיט די יוביליי־מעדאַלן האָט זיך אָנגעהויבן אין לעאָניד ברעזשנעווס צײַטן. ברעזשנעוו אַליין האָט געטראָגן אויף זיך אַ פּאָר קילאָ באַלוינונגען. שוין דעמאָלט האָבן די סאָוועטישע אידעאָלאָגן אײַנגעפֿירט די עסטעטיק פֿון אַזאַ ברוסט־אויסשטעלונג. און מײַן טאַטע האָט עס פֿײַנט געהאַט. איך געדענק, ווי ער האָט באַשלאָסן ניט צו באַקומען אַ פֿרישע „צאַצקע‟ — אַזוי האָט ער עס גערופֿן. אַפֿילו צווישן זײַנע אָרדנס פֿון דער מלחמה־צײַט האָט ער באמת געהאַלטן נאָר פֿון אַן איין־און־איינציקן, וואָס ער האָט באַקומען אין יאָר 1941 אָדער אָנהייב 1942.
דער נצחון־טאָג איז געוואָרן דער צענטראַלער יום־טובֿ אין הײַנטיקן רוסלאַנד. צום באַדויערן, האָבן מיליטערישע פּאַראַדן, פּוסטע פּראָפּאַגאַנדיסטישע פּלאַפּלערײַען, פּרימיטיווע פֿילמען און פּובליקאַציעס אַרײַנגעטראָגן אַ פּאָליטישן און אידעאָלאָגישן רעש, וואָס האָט פֿאַרשטעלט די וויכטיקייט פֿון דעם דאָזיקן טאָג, ווען אייראָפּע און די גאַנצע וועלט זײַנען, סוף־כּל־סוף, באַפֿרײַט געוואָרן פֿון היטלעריזם.
דערבײַ ווערט אין פּוטינס רוסלאַנד רעהאַביליטירט סטאַלין, וועמען ס׳רובֿ רוסן האַלטן איצט פֿאַר אַ געניאַלן פֿירער. וועגן די מיליאָנען מענטשן, וואָס זײַנען אויסגעהגרעט געוואָרן אין די יאָרן פֿון זײַן ממשלה, רעדט מען הײַנט אַ סך ווייניקער, ווי מע האָט עס געטאָן פֿריִער, נאָך ניט לאַנג צוריק. און זונטיק, נאָך זײַן באַגעגעניש מיט אַנגעלאַ מערקעל, האָט פּוטין אַ לויב געטאָן דעם מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ־פּאַקט, וועלכן ער האָט פֿריִער געהאַט געגעבן גאָר אַן אַנדערע, נעגאַטיווע אָפּשאַצונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.