דער נצחון־טאָג, נוסח־רוסלאַנד

Victory Day, Russian Style

ייִדישע מלחמה־וועטעראַנען אויף ברײַטאָן־ביטש, מײַ 9, 2015
Arkadiy Yagudaev
ייִדישע מלחמה־וועטעראַנען אויף ברײַטאָן־ביטש, מײַ 9, 2015

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 12, 2015, issue of May 29, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דערווײַל האָט דער איצטיקער טאַראַראַם אַרום דעם נצחון־טאָג אונטערגעשטראָכן די איזאָלירטקייט פֿון רוסלאַנד. מע זעט עס ניט בלויז אין דער אייגנאַרטיקער עסטעטישקייט, מישטיינס געזאָגט, פֿון פּראַווען דעם יום־טובֿ; מע זעט עס, קודם־כּל, אין דעם בויקאָט פֿון דער מערבֿדיקער וועלט — כּמעט קיינער פֿון די פֿירער פֿון אייראָפּעיִשע, און ניט נאָר אייראָפּעיִשע, מדינות האָט זיך ניט באַוויזן אין מאָסקווע, בפֿרט בעת דעם פּאַראַד. אויף אַזאַ אופֿן האָבן די דאָזיקע רעגירונגען אָפּגעשאַצט די דעסטרוקטיווע ראָלע, וואָס רוסלאַנד שפּילט אין דער הײַנטיקער וועלט. קודם־כּל, איז עס אַ רעאַקציע אויף דער אַגרעסיווער פּאָליטיק לגבי אוקראַיִנע.

אָבער דאָס הייסט ניט, אַז פּוטין קריגט אין גאַנצן קיין שטיצע ניט מצד אַנדערע לענדער. די רשימה געסט אילוסטרירט דעם פֿאַקט, אַז צוזאַמען מיט רוסלאַנד אָדער אַפֿילו אַרום רוסלאַנד האָט זיך געשאַפֿן אַ לאַגער, וועלכער וויל דווקא האָבן מגע־ומשׂא מיט פּוטינען. פֿאַר אייניקע לענדער — אַזעלכע ווי כינע, אינדיע, אַ צאָל מדינות פֿון דרום־אַמעריקע — איז עס אַ מעגלעכקייט צו ווײַזן, אַז זיי ווילן ניט עס זאָל אין דער וועלט דאָמינירן נאָר איין כּוח — אַמעריקע מיט אירע שותּפֿים. אַנדערע זײַנען פּשוט עקאָנאָמיש און סטראַטעגיש אָפּהענגיק פֿון מאָסקווע.

אַ סך יום־טובֿים בײַטן מיט דער צײַט זייער אינהאַלט. אַ שטייגער, דער מוטערס טאָג, געפּראַוועט אין אַמעריקע דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, איז אויך לחלוטין ניט פֿאַרטראַכט געוואָרן צו ווערן אַ קאָמערץ־אונטערנעמונג. זייער שטאַרק האָט געביטן דעם אינהאַלט אויך דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרויען־טאָג. און ס׳איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך, ווי נאָר מע האָט שוין ניט אינטערפּרעטירט דעם פּראָלעטאַרישן ערשטן מײַ.

וואָס שייך רוסלאַנד, האָרעווען דערווײַל דאָרטן טאָג ווי נאַכט פּראָפּאַגאַנדיסטן, ווײַזנדיק און דערווײַזנדיק, אַז אַמעריקע און ענגלאַנד האָבן אַפֿילו בעת דער מלחמה זיך אַרומגעטראָגן מיט פּלענער וועגן רויִנירן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. הינטערליסטיקייט, פֿאַלשקייט פֿון דער מערבֿדיקער וועלט איז איינער פֿון די הויפּט־געדאַנקען, וואָס די רוסישע פּראָפּאַגאַנדע קלאַפּט אַרײַן אין די קעפּ פֿונעם המון.

אַ סבֿרא, אַז מיליאָנען רוסן טראַכטן ניט אַפֿילו וועגן דער אידעאָלאָגישער היסטעריע, ווען זיי גייען אַרויס אָפּצומערקן דעם נצחון־טאָג. פֿאַר זיי איז עס טאַקע דער טאָג, ווען מע דערמאָנט זיך אָן די קרובֿים, וואָס האָבן געמוזט איבערטראָגן די יסורים פֿון יענע יאָרן. און ס’איז אויך דער טאָג, ווען מע קען נאָסטאַלגירן וועגן די „גוטע‟ סאָוועטישע צײַטן.

פֿאַר מיר איז עס דער טאָג, ווען איך דערמאָן זיך מער ווי אין אַנדערע טעג אין מײַנע עלטערן, אין מײַנע קרובֿים, אַרײַנגערעכנט די פֿעטערס, מומעס און שוועסטערקינדער, וועמען איך — אַ געבוירענער נאָך דער מלחמה, נאָכן חורבן — האָב ניט געהאַט די זכיה צו קענען.