מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָב איך געשריבן וועגן באָריס נעמצאָוון, אַ כאַריזמאַטישע, אפֿשר דער סאַמע כאַריזמאַטישע, פֿיגור אין די קרײַזן, וואָס טרעטן אַרויס ווי אַן אָפּאָזיציע צום פּרעזידענט פֿון רוסלאַנד, וולאַדימיר פּוטין. דעם 27סטן אַפּריל איז נעמצאָוו דערשאָסן געוואָרן אין מאָסקווע, ווען ער האָט שפּאַצירט מיט זײַן חבֿרטע גאָר ניט ווײַט פֿון דעם רויטן פּלאַץ. הגם די פּאָליצײַ האָט אין גיכן אַרעסטירט און באַשולדיקט עטלעכע מענטשן, בלײַבט ביזן הײַנטיקן טאָג ניט קלאָר, ווער עס האָט באַשטעלט די דאָזיקע הריגה.
אין משך פֿון אַ סך יאָרן פֿלעגט נעמצאָוו, צוזאַמען מיט זײַנע מקורבֿים, צוגרייטן, דרוקן און פֿאַרשפּרייטן באַריכטן וועגן כּלערליי פּראָבלעמען פֿון רוסישן לעבן, קודם־כּל, וועגן דער אויטאָריטאַרער, קאָרומפּירטער סיסטעם, אויפֿגעבויט דורך און אַרום פּוטינען. דער טויט האָט איבערגעריסן נעמצאָווס אַרבעט איבער אַ נײַעם באַריכט; דאָס מאָל האָט ער געדאַרפֿט זײַן מכּוח דער אַגרעסיע פֿון רוסלאַנד אין אוקראַיִנע.
דעם דאָזיקן באַריכט האָט מען פֿאַרענדיקט שוין אָן אים, און דעם 12טן מײַ איז ער צוטריטלעך געוואָרן אין אינטערנעץ. דערצו האָט מען דערווײַל פֿאַרעפֿנטלעכט צוויי טויזנט קאָפּיעס פֿון אָט דער אַרבעט — אויף 64 זײַטלעך, אונטערן טיטל „פּוטין. מלחמה‟. דער באַריכט אַנטפּלעקט די ראָלע, וואָס רוסלאַנד שפּילט אין אוקראַיִנע, כאָטש די רוסישע רעגירונג זאָגט זיך אָפּ עס אָפֿיציעל אָנערקענען. באַזונדערס הייס לייקנט מען אָפּ דעם אָנטייל פֿון רוסישע מיליטער־לײַט אין דעם קאָנפֿליקט.
לויטן באַריכט, אָבער, זײַנען אין דעם קאָנפֿליקט שוין אומגעקומען בערך 220 רוסישע מיליטער־לײַט. די משפּחות זייערע האָבן באַקומען פֿון דער רעגירונג געלט און אונטערגעשריבן אַ פּאַפּיר וועגן האַלטן בסוד דעם פֿאַקט, אַז דער מלאך־המוות האָט אָפּגענומען די לעבנס פֿון זייערע מענער צי זין דווקא אין אוקראַיִנע. אין דער דאָזיקער צאָל גייען ניט אַרײַן די בירגער פֿון רוסלאַנד, וואָס האָבן ניט געדינט אין דער אַרמיי, אָבער אַוועק זיך שלאָגן אין אוקראַיִנע.
ס׳איז אונטערגעציילט געוואָרן, וויפֿל עס האָט רוסלאַנד עד־היום אָפּגעקאָסט די דאָזיקע אַגרעסיע. די רייד גייט וועגן ביליאָנען דאָלאַרן אויף פֿאַרשיידענע צילן, פֿאַרבונדן מיט אָקופּירן קרים און פֿירן די קאַמפּאַניע אין דער דאָנעצקער און לוגאַנסקער געגנטן. אין די דאָזיקע ביליאָנען גייט ניט אַרײַן דאָס, וואָס רוסלאַנד פֿאַרלירט צוליב די סאַנקציעס מצד דער מערבֿדיקער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.