צו זאָגן דעם אמת, האָב איך גאָר ניט פּלאַנירט צו שרײַבן ווידער אַ מאָל וועגן רוסלאַנד. אָבער רוסלאַנד האָט אונטערגעטראָגן אַ טראַגיש־סענסאַציאָנעלע נײַעס: דעם טויט פֿון באָריס נעמצאָוון, דער סאַמע כאַריזמאַטישער פֿיגור צווישן די, בדרך־כּלל, גרויע, ממש פֿאַרבלאָזענע טוער פֿון די אָפּאָזיציאָנעלע, אַנטי־פּוטינישע קרײַזן.
אין דעם זין האָט דאָך דער איצטיקער רוסישער רעזשים דערגרייכט אַ געוואַלדיקן דערפֿאָלג — די אָפּאָזיציע איז פֿאַריאָגט געוואָרן אין ווײַטע, קוים־קוים אָנזעעוודיקע ווינקלען פֿון עפֿנטלעכן לעבן. אַ פּאָר מענטשן טאָלערירט מען נאָך אין דער דומע, אפֿשר כּדי ווײַזן דער וועלט, אַז רוסלאַנד איז כּלומרשט אַ דעמאָקראַטישע מדינה. אָבער צו דער הויפּט־שטראָמיקער מעדיאַ לאָזט מען זיי אין גאַנצן ניט צו.
באַזונדערס בולט האָט דער מצבֿ אויסגעזען מיט באָריס נעמצאָוון, וואָס האָט זיך אין די 1990ער יאָרן מעטעאָריש באַוויזן אין די הויכע פֿענצטער פֿון רוסישער פּאָליטיק, געוואָרן אַ נאָענטער מקורבֿ פֿון דעם פּרעזידענט באָריס יעלצין, געווען אַ הויך־געשטעלטער מיטגליד פֿון דער רעגירונג. קיין מאָסקווע איז ער געקומען פֿון ניזשני־נאָווגאָראָד, וווּ ער האָט זייער גיך דורכגעמאַכט דעם וועג פֿון אַ טאַלאַנטירטן געלערנטן, אַ פֿיזיקער, ביז דעם ערשטן גובערנאַטאָר (אין די סאָוועטישע צײַטן איז אַזאַ שטעלע בכלל ניט געווען) פֿונעם ראַיאָן. אַ געוויסע צײַט האָט מען אַפֿילו געהאַלטן, אַז ער וועט איבערנעמען בײַ יעלצינען דעם רודער פֿונעם לאַנד.
אַ סבֿרא, אַז ער — אַ מענטש זיכער אין זײַנע כּוחות — וואָלט זיך פֿון אַזאַ ראָלע ניט אָפּגעזאָגט. אָבער עמעצער האָט אויסגעקליבן פֿאַר רוסלאַנד אַן אַננדער וועג, און דער געוועזענער געהיים־אַגענט וולאַדימיר פּוטין האָט געפּאַסט אַ סך בעסער פֿאַר דעם דאָזיקן וועג. דער סוף איז געווען, אַז נעמצאָוו איז געוואָרן אַ טוער פֿון דער אָפּאָזיציע. די צרה איז, אָבער, אַז די אָפּאָזיציע איז, ווי איך האָב שוין דערמאָנט, אַרויסגעשטופּט געוואָרן פֿון דער פּאָליטישער בינע. אין דעם איבערגעניצעוועטן רוסלאַנד איז פֿעסט אָפּגעהיט געוואָרן דער סאָוועטישער פּרינציפּ פֿון האָבן נאָר איין אָנפֿירנדיקע מאַכט. פֿריִער איז עס געווען די קאָמוניסטישע פּאַרטיי. אין פּוטינס צײַטן איז עס געוואָרן אַ מאַפֿיאָזיש אָרגאַניזירטע סבֿיבֿה מיט בשותּפֿותדיקע אידעאָלאָגישע (בדרך־כּלל, אַנטי־מערבֿדיקע, רעכט־נאַציאָנאַליסטישע) און געשעפֿטלעכע אינטערעסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.