אַפּיקורסות רײַסט זיך אַרײַן אין גוייִשע שטיבער

Heresy Overruns Chirstian Homes

דער קאַטוילישער קאַטעדראַל פֿונעם הייליקן פּאַטריק אין ניו־יאָרק — מיט ווייניק מתפּללים
Getty Images
דער קאַטוילישער קאַטעדראַל פֿונעם הייליקן פּאַטריק אין ניו־יאָרק — מיט ווייניק מתפּללים

פֿון לייזער בורקאָ

Published May 17, 2015, issue of June 12, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ניט אַלע קריסטלעכע דענאָמינאַציעס פֿאַרקלענערן זיך אויפֿן זעלביקן אופֿן: די צאָל שוואַרצע פּראָטעסטאַנטן בלײַבט סטאַביל, און די עוואַנגעלישע וואַקסן אַפֿילו, כאָטש ניט אַזוי גיך. די סיבות, פֿאַר וואָס די קאָנסערוואַטיווע עוואַנגעלישע פּראָטעסטאַנטן וואַקסן, בשעת די ליבעראַלע ווערן אַלץ שיטערער, זײַנען אונדז גוט באַקאַנט פֿון דער ענלעכער ייִדישער סיטואַציע: אַזוי ווי אונדזערע אָרטאָדאָקסן, האָבן די עוואַנגעלישע פּאָרלעך חתונה פֿריִער, זיי האָבן מער קינדער, זיי זײַנען מער איבערגעגעבן און גייען אָפֿטער תּפֿילה טאָן, זיי ווירקן שטאַרקער מיט אַ סאָציאַלן דרוק אויף משפּחה און פֿרײַנד ניט צו פֿאַרלאָזן דעם גלויבן. פֿון דעסטוועגן, איז די צאָל עוואַנגעלישע ניט געוואַקסן גענוג גיך, כּדי מיטצוהאַלטן מיטן וווּקס פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, אַזוי אַז זייער פּראָצענט איז פֿאָרט געפֿאַלן אַ ביסל, אַן ערך 1%.

עס פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדישע די כּלל־טוער מוזן זײַן באַזאָרגט וועגן דער רעלאַטיוו גיכער אָפּשוואַכונג פֿון די קריסטן, ווײַל ס׳איז אַ סבֿרא, אַז דאָס זעלבע געשעט אויך בײַ אונדז, נאָר דער פֿענאָמען ווערט פֿאַרמאַסקירט דורכן וווּקס פֿון אונדזערע חרדים. די עיקר־פֿראַגע איז: ווי אַזוי זאָל מען רעאַגירן אויף דער סעקולאַריזאַציע? דזשיין אײַזנער, די רעדאַקטאָרשע פֿון ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, למשל, האַלט, אַז מע קען אפֿשר אָפּשטעלן אָדער כאָטש פֿאַרפּאַמעלעכן דעם פּראָצעס, אויב מע וועט אויפֿהערן צו פֿאַרבינדן די רעליגיע מיט דער פּאָליטיק. אַזוי ווי אַ סך יונגע קריסטן ווערן אָפּגעפֿרעמדט דורך דעם, וואָס די רעפּובליקאַנער פּאָליטיקער ניצן אויס די עוואַנגעלישע ווערטן און ווערטער, קענען אויך יונגע ייִדן ווערן אָפּגעפֿרעמדט, ווען די רבנים און די ראַבינער מישן זיך צו פֿיל אין דער פּאָליטיק.

//forward.com/opinion/editorial/307982/why-americans-are-fleeing-religion-jewish-pew-study/

מיר דאַכט זיך, אַז ניט מישן זיך אין דער פּאָליטיק איז זייער אַ קנאַפּע סגולה אויפֿצוהאַלטן ייִדישקייט אין אַמעריקע. קודם־כּל, וויפֿל מישן זיך בכלל אונדזערע רבנים און ראַבינער אין די אַמעריקאַנער וואַלן? ס׳איז ווי אַ טראָפּן אין ים, וואָס ווייניק יונגע ייִדן באַמערקן עס אַפֿילו. די רבנים האָבן מער צו זאָגן וועגן דער ישׂראל־פּאָליטיק, און אין ישׂראל איז דאָס זיכער אַ פּראָבלעם בײַם צוציִען יונגע לינק־געשטימטע ייִדן צו דער רעליגיע. אָבער ס׳איז אַבסורד צו מיינען, אַז אונדזערע יונגע־לײַט פֿאַרלאָזן די קאָנסערוואַטיווע שילן און די רעפֿאָרם־טעמפּלען, ווײַל ס׳איז דאָרט „צו פּאָליטיש‟. פֿאַרקערט, ווען מע וואָלט זיך דאָרט פֿאַרנומען מיט פּאָליטישע פֿראַגעס, אָפֿן דיסקוטירט, וואָלטן זיי אפֿשר געהאַט אַ סיבה צו בלײַבן, ווײַל עס וואָלט ניט געווען אַזוי נודנע…

מענטשן גלייבן אין רעליגיעס און געהערן צו רעליגיעזע גרופּעס דערפֿאַר, ווײַל זיי האָבן עפּעס דערפֿון. דער פֿרומער ייִד אָדער פֿרומער עוואַנגעלישער קריסט, למשל, באַקומט גאָר אַ סך: אַ גרויסע קהילה מיט אַ סך משפּחה און פֿרײַנד, הילף צו קריגן אַן אַרבעט, קויפֿן אַ הויז, עמאָציאָנעלע שטיצונג, אַפֿילו ליבשאַפֿט, און, איבער 120 יאָר, גאָלדענע גליקן אויף יענער וועלט. ס׳איז שווער זיך אָפּצוזאָגן פֿון די דאָזיקע בענעפֿיטן, ספּעציעל, ווען מע האָט זיך צו זיי צוגעוווינט.

אָבער וואָס באַקומט דער טיפּישער ליבעראַלער ייִד אָדער קריסט, אַז ער קומט אַרײַן אין טעמפּל אָדער אין תּיפֿלה אַ פּאָר מאָל אַ יאָר? אפֿשר זעט ער עטלעכע באַקאַנטע פּנימער, ער זינגט אונטער אַ ביסל, הערט אויס די דרשה, וואָס איז פֿול מיט פּוסטער אינספּיראַציע, און אַזוי — אַוועקגעפּטרט אַ שיינעם אינדערפֿרי. געוויינטלעך, אינוועסטירן די ליבעראַלע ניט גענוג אין דער רעליגיע, כּדי צו האָבן אַן אמתן נוץ פֿון איר, און דערפֿאַר באַשליסן אַ סך פֿון זיי בעסער צו בלײַבן אין דער היים.

בלײַבט די פֿראַגע: צי וועט די ליבעראַלע זיך אײַנגעבן צו מאַכן זייערע דענאָמינאַציעס מער צוציִענדיק, אַזוי אַז עס וועט זיך לוינען די יונגע־לײַט צו באַטייליקן זיך? בײַ אונדז קען דאָס געמאָלט זײַן, ווײַל די ליבעראַלע ייִדישע קהילות האָבן גענוג געלט אַרויסצוּוואַרפֿן אויף אַלע „געבורטרעכט‟־נסיעות, זומער־לאַגערן, פּריוואַטע שולן אאַז”וו, מער ווי אַ סך אַנדערע רעליגיעזע גרופּעס. ס׳איז דאָ אַ צווייטע פֿראַגע, צי ס׳איז כּדאַי אויסצוגעבן אַזוי פֿיל געלט אויף דעם און ניט אויף עפּעס אַנדערש, וואָס וואָלט אפֿשר געבראַכט מער נוצן, אָבער דאָס דאַרפֿן זיי אַליין באַשליסן.

מיר דאַכט זיך, אַז עס לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל שלום צו מאַכן מיט דער ווײַטערדיקער אָפּשוואַכונג פֿון דער רעליגיע און צו אינוועסטירן די באַגרענעצטע רעסורסן אין אַנדערע ייִדישע קולטור־פֿאָרמען, וואָס וועלן אפֿשר בלײַבן מער סאָליד אין דער וועלטלעכער צוקונפֿט — אָבער דערפֿאַר פֿרעגט מען מיך נישט.