(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די מוזייען אין וואַרשע האָבן אַ שיינעם מינהג. אין חודש מײַ עפֿענען זיי טיר און טויער אויף איין נאַכט פֿאַרן ברייטן עולם. דעמאָלט איז נישט נאָר דער אַרײַנטריט פֿרײַ, אויף דער גאַס שטייען אויטאָבוסן, וואָס פֿירן דעם עולם פֿון איין מוזיי צו דעם צווייטן.
איינער פֿון די דאָזיקע מוזייען איז דער מוזיי בײַם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט. דער ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט געפֿינט זיך אויף דער טלאָמאַצקע־גאַס, און דער בנין איז איינער פֿון די גאָר ווייניק בנינים, וואָס זענען על־פּי־נס שטיין געבליבן אין זייער פֿאַר-מלחמהדיקער פּראַכט. פֿאַרן קריג איז דאָרט געווען די יודאַיִסטישע ביבליאָטעק. הײַנט שטייט ממש לעבן דעם בנין אַ בלויער וואָלקנס-קראַצער. פֿאַר דער מלחמה איז דאָרט געווען די גרויסע פּראָגרעסיווע שיל, וווּ דער באַרימטער חזן סיראָטאַ האָט געפֿירט די תּפֿילות.
שבת דעם 16טן מײַ האָט דער מוזיי אײַנגעלאַדן דעם וואַרשעווער עולם אויף אַ פּראָיעקציע פֿון אַ דאָקומענטאַלן פֿילם, וווּ מען האָט געקאָנט זען די גרויסע שיל אין איר פֿולער פּראַכט. באַגלייט דעם פֿילם האָט דאָס קול פֿונעם חזן סיראָטאַ מיט זײַן ווערסיע פֿון תּהילים פּרק ע״ב: „שִׁלְחוּ בָאֵשׁ, מִקְדָּשֶׁךָ; לָאָרֶץ, חִלְּלוּ מִשְׁכַּן-שְׁמֶך‟ָ
עס זינגט דאָרט דער גרויסער פּוילישער חזן, עטלעכע יאָר פֿאַר דער מלחמה. צום באַדויערן, זענען די ווערטער מקוים געוואָרן. מען האָט טאַקע פֿאַרברענט און מחלל געווען גאָטס משכּן, וואַרשעס גרעסטע שיל, די טלאָמאַצקע־שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.