די טעג לייען איך אַ קאָרעקטור פֿון מײַן נײַ בוך. איך דערמאָן עס ניט מיטן ציל צו באַרימען זיך (סײַדן איך טו עס אומבאַוווּסטזיניק), נאָר כּדי דערמאָנען דעם פֿאַקט, וואָס דאָס בוך וואָלט אויסגעזען גאָר אַנדערש אָן די רעסורסן, וועלכע עס גיט אונדז הײַנט די אינטערנעץ. און אפֿשר וואָלט איך בכלל אַזאַ בוך — וועגן דעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן אין מאָסקווע — ניט אָנגעשריבן אָן דער מעגלעכקייט צו זיצן אין דער היים, בײַם קאָמפּיוטער, און נישטערן אין קאָלעקציעס פֿון כּלערליי דיגיטאַליזירטע צײַטשריפֿטן און ביכער.
מײַן אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק גיט מיר אַ צוטריט צו די וויכטיקסטע סאָוועטישע צײַטונגען און אייניקע זשורנאַלן. אינטערסאַנטע זאַכן האָב איך אויסגעזוכט, למשל, אין דעם עלעקטראָנישן אַרכיוו פֿון „דזשוינט‟. דער פּראָיעקט „עיתונות יהודית היסטורית‟ (Historical Jewish Press) דערלויבט יעדן איינעם צו לייענען זיבן ייִדישע צײַטונגען. עס גייען אַרום קלאַנגען, אַז עס וועט קומען דער ליכטיקער טאָג, ווען די אַלטע נומערן פֿון „פֿאָרווערטס‟ וועלן אויך אַרויסגעשטעלט ווערן אין דער ביבליאָטעק פֿון דער „היסטאָרישער ייִדישער פּרעסע‟. דערווײַל אָבער האָב איך געמוזט, נעבעך, לייענען מיקראָפֿילמען.
די רייד גייט וועגן אַן אמתער רעוואָלוציע אין דער אַרבעט פֿון אַ היסטאָריקער. אמת, דאָס הייסט ניט, אַז דאָס לעבן פֿון אַ פֿאָרשער איז איצט גרינג — זיץ זיך בײַם קאָמפּיוטער און שפּיל זיך מיט צײַטונגען. פֿון איין זײַט, איז טאַקע גרינגער געוואָרן צו באַקומען דעם נייטיקן מאַטעריאַל, אָבער גלײַכצײַטיק איז אויך אויסגעוואַקסן די סכּנה צו ווערן דערטרונקען אין דעם ים טעקסטן, וואָס די אינטערנעץ טראָגט אין זיך. דערצו שווימען אַרויס גאָר ווילדע זאַכן — פּשוט באָבע־מעשׂיות.
מיט אַ פֿרײַנד און קאָלעגע מײַנעם שרײַב איך איצט אַן אַרטיקל וועגן אַ פּאָגראָם אין בערדיטשעוו אין יאַנואַר 1919. אין יענער צײַט זײַנען געווען אַ סך פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע, אָבער אָט דער פּאָגראָם טיילט זיך אויס „טיפּאָלאָגיש‟, ווײַל אים האָט מען דורכגעפֿירט ווי אַ שטראָף־עקספּעדיציע, לויט אַ פֿאַראָרדענונג מצד די „הויכע פֿענצטער‟ (פּינקטלעכער, געוויסע הויך־געשטעלטע פֿונקציאָנערן) אין דער דעמאָלטיקער אוקראַיִנישער אַדמיניסטראַציע.
איז דאַכט זיך, עס זײַנען אַדורך ווייניקער פֿון הונדערט יאָר זינט יענע בלוטיקע טעג, וואָס איז כּמעט „נעכטן‟ אויף דער היסטאָרישער שקאַלע. קיין אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען דאַרף מען ניט דורכפֿירן, כּדי ווידער אויפֿשטעלן די פּרטים פֿון די געשעענישן. אָבער אויפֿן עקראַן פֿון מײַן קאָמפּיוטער (ווי אויך אין ביבליאָטעקן) האָב איך איבערגעלייענט אַ צאָל געשיכטעס, אויסגעטראַכט פֿון אָנהייב ביזן סוף. אמת, אַ דאַנק דער זעלבער אינטערנעץ, האָב איך געפֿונען אַזעלכע מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן רויִנירט די ניט־געשטויגענע־און־ניט־געפֿלויגענע געשיכטעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.