היימלאָז אין ניו־יאָרק

Homeless in New York


פֿון לייזער בורקאָ

Published May 24, 2015, issue of June 12, 2015.

דער פֿרילינג איז געקומען קיין ניו־יאָרק: די זון שײַנט, דער מאָנאַט מײַ באַשיינט די וועלט מיט די פֿאַרבן און דופֿטן פֿון פֿרישע בלומען. אָבער צוזאַמען מיט די ווויל־שמעדעדיקע בלימעלעך זײַנען אויך אַרויס אויף דער ליכטיקער שײַן — טויזנטער היימלאָזע מענטשן, בעטלער און כּלערליי שלעפּער, וואָס אַ מאָל גיבן זיי אַרויס פֿון זיך אַן אַנדער אַראָמאַט.

ווער עס גייט אויף די ניו־יאָרקער גאַסן, בפֿרט אינעם דרום־טייל פֿון מאַנהעטן, אין „מידטאַון‟ און אין דער געגנט אַרום יוניאָן־סקווער, קען ניט אויסמײַדן די דאָזיקע חבֿרה. אויף יעדן ראָג זיצט אַ מענטש מיט אַ שילד געמאַכט פֿון קאַרטאָן, וווּ עס שטייט די גאַנצע געשיכטע פֿון זײַנע ליידן: ער איז אַ וועטעראַן פֿון דער מלחמה, אַ יתום, ניט לאַנג אַרויס פֿון תּפֿיסה, אַ חולה־מסוכּן, ער איז נעבעך אַ שיכּור, אַ נאַרקאָמאַן, אַ משוגענער, אָדער פּשוט — ער „האָט ניט קיין מזל‟.

ניטאָ קיין ספֿק, אַז די פּראָבלעם פֿון היימלאָזיקייט איז געוואָרן היפּש ערגער אין די לעצטע יאָרן, ספּעציעל נאָכן פֿינאַנץ־קריזיס פֿון 2008. די צאָל מענטשן, וואָס שלאָפֿן יעדע נאַכט אין די שטאָטישע אַזילן (shelters בלע״ז) איז אַרויף מיט 69% אין משך פֿון די לעצטע צען יאָר, אויף איבער זעכציק טויזנט — און דאָס נעמט אַרײַן כּמעט 25,000 היימלאָזע קינדער. אין משך פֿונעם יאָר 2014 זײַנען 116,000 פֿאַרשיידענע מענטשן געשלאָפֿן אין די דאָזיקע אַזילן. וויפֿל טויזנטער שלאָפֿן ממש אויף דער גאַס, אָדער אויף אַ באַנק אין פּאַרק, אָדער אין סאָבוויי, ווייסט קיינער ניט. דאָס איז די גרעסטע צאָל היימלאָזע זינט דער גרויסער דעפּרעסיע אין די 1930ער יאָרן, ווען די אַמעריקאַנער אַרבעטלאָזיקייט האָט דערגרייכט כּמעט 25% (הײַנט איז עס בלויז 5.5%).

די עקספּערטן פּרוּוון צו דערקלערן, פֿאַר וואָס די היימלאָזיקייט איז געוואָרן ערגער, ניט געקוקט אויפֿן בעסערן עקאָנאָמישן מצבֿ, וואָס שפּיגלט זיך אָפּ, למשל, אין די נײַע בערזע־רעקאָרדן. די הויפּט־סיבה איז ניט קיין חידוש: דאָס דירה־געלט איז שטאַרק געהעכערט געוואָרן, צום טייל אַ דאַנק די אַלע נײַע מיליאָנערן און ביליאָנערן, וואָס זײַנען געקומען פֿון „וואָל סטריט‟. כּמעט 5% פֿון דער ניו־יאָרקער באַפֿעלקערונג באַשטייט פֿון מיליאָנערן, כּמעט 400,000 מענטשן, און זיי האָבן אַ ריזיקע השפּעה אויפֿן מאַרק פֿאַר דירות. אַזוי ווי די רײַכע קענען זיך דערלויבן צו צאָלן מער, ווערט אַלץ טײַערער, אַרײַנגערעכנט די דירות.

נאָך אַ סיבה איז דער ווײַטערדיקער וווּקס פֿון דער ניו־יאָרקער באַפֿעלקערונג: הײַנט וווינען דאָ כּמעט 8.5 מיליאָן מענטשן, אַ מיליאָן מער ווי מיט פֿופֿצן יאָר צוריק. די שטאָט ציט צו טויזנטער טאַלאַנטירטע מענטשן פֿון איבערן גאַנצן לאַנד און איבער דער גאָרער וועלט, אָבער עס זײַנען ניט פֿאַראַן גענוג דירות פֿאַר די אַלע צוגעקומענע, און די נײַע דירות, וואָס מע בויט, זײַנען בדרך־כּלל לוקסוסדיקע, פֿאַר די רײַכע. דעריבער ווערט דאָס דירה־געלט נאָך טײַערער, און עס קומט אויס, אַז אַן ערך אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג — דער עיקר, די אָרעמשאַפֿט — צאָלט איבער אַ העלפֿט פֿון זייערע געהאַלטן אויף דירה־געלט.

דאָס איז ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ ניו־יאָרקער, וואָס דינגען דירות, ווערן שוין איצט אויף עפּעס אַן אופֿן געשטיצט פֿון דער מלוכה: אַן ערך 8% וווינען אין אַ „סאָציאַלן וווין־שטח‟ (public housing בלע״ז), נאָך 8% אין סובסידירטע דירות, און גאַנצע 45% אין „סטאַביליזירטע‟ אָדער „קאָנטראָלירטע‟ דירות, וואָס זײַנען היפּש ביליקער ווי אויפֿן פֿרײַען מאַרק. דאָס הייסט, אַז אַ מיעוט פֿון ווייניקער ווי 40% צאָלט אַסטראָנאָמישע סומעס, כּדי צו שטיצן די אַלע אַנדערע.