יעדער טאָג ברענגט נײַע באַווײַזן, אַז די וועלט איז אַרײַנגעטראָטן אין אַ נײַער תּקופֿה פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟, הגם נאָך ניט לאַנג צוריק האָט זיך געקענט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז רוסלאַנד איז געוואָרן אַ נאָרמאַלער טייל פֿון אונדזער וועלט און צײַט.
צווישן די בולטע באַווײַזן פֿון די באַמיִונגען צו איזאָלירן און באַשטראָפֿן רוסלאַנד, וואָס ווערט געפֿירט זייער אַגרעסיוו, בפֿרט אין די גרענעצן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט די לעצטע — סוף פֿאָריקע וואָך — צונויפֿקומעניש, אין דער לעטישער הויפּטשטאָט ריגע. אַהין זײַנען געקומען די אייראָפּעיִשע פֿירער ווי אויך די פֿירער און פֿאָרשטייער פֿון זעקס געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן: אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאָווע, גרוזיע, אַרמעניע און אַזערבײַדזשאַן. קאָנטאַקטן פֿון אַזאַ פֿאָרמאַט האָבן באַקומען דעם נאָמען „מיזרח־אייראָפּעיִשן שותּפֿות‟.
דאָס דאָזיקע שותּפֿות עקזיסטירט שוין זינט 2009, אָבער איצט, נאָך דער אַגרעסיע פֿון רוסלאַנד אין אוקראַיִנע, האָט עס באַקומען אַ נײַעם, שטאַרקערן באַטײַט. די זעקס מיזרחדיקע שותּפֿים האָבן פֿאַרשיידענע אינטערעסן לגבי דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, אָבער זייער אָנטייל אין דער ריגער באַגעגעניש האָט סײַ־ווי דענערווירט דעם רוסישן צד.
דאָנאַלד טוסק, דער פֿאָרזיצער פֿונעם אייראָפּעיִשן ראַט (און פֿריִער דער פּוילישער פּרעמיער־מיניסטער), האָט זיך געחכמהט: „דאָס ’מיזרח־אייראָפּעיִשע שותּפֿות‘ איז ניט קיין שיינקייט־פֿאַרמעסט צווישן רוסלאַנד און דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. דאָך, טאָר מען ניט פֿאַרגעסן וועגן דעם פֿאַקטאָר פֿון שיינקייט: טאָמער רוסלאַנד וואָלט געווען אַ ביסל ווייכער, באַצויבערנדיקער, חנעוודיקער, וואָלט זי אפֿשר ניט געמוזט קאָמפּענסירן אירע חסרונות דורך אָנווענדן אַ דעסטרוקטיווע, אַגרעסיווע, שרעק־אָנוואַרפֿנדיקע טאַקטיק אין אירע באַציִונגען מיט די שכנים.‟
גרוזיע, אוקראַיִנע און מאָלדאָווע חלומען וועגן אַרײַנטרעטן אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. אמת, די דײַטשישע קאַנצלערין אַנזשעלאַ מערקעל האָט קלאָר דערקלערט, אַז „דאָס שותּפֿות שטעלט מיט זיך פֿאָר ניט קיין אינסטרומענט פֿאַר אַרײַנטרעטן אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, נאָר פֿאַר דערנענטערן זיך מיט איר‟. אין אוקראַיִנע און גרוזיע האָט מען געהאָפֿט, אַז אין ריגע וועט מען באַשליסן צו עפֿענען אייראָפּעיִשע גרענעצן פֿאַר בירגער פֿון אָט די צוויי לענדער. אָבער דערווײַל האָט מען די פֿראַגע ניט געלייזט; אַזוי אַז די אוקראַיִנער און גרוזינער וועלן, ווי פֿריִער, מוזן באַקומען וויזעס. אמת, מע זאָגט צו, אַז דער מצבֿ קען זיך בײַטן סוף יאָר.
אַרמעניע און ווײַסרוסלאַנד ניצן אויס אַזעלכע פֿאָרומס, כּדי צו ווײַזן רוסלאַנד, אַז זיי האָבן אַן אַלטערנאַטיוו, אַז זיי זײַנען ניט קיין פֿולע וואַסאַלן פֿונעם מעכטיקן שכן. ביידע לענדער האָבן דאָך, למשל, ניט אָנערקענט די כּמו־מדינהלעך, דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע, געשאַפֿן אויף די טעריטאָריעס, וועלכע די וועלט האַלט פֿאַר טיילן פֿון גרוזיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.