(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַזערבײַדזשאַן האַלט זיך, בכלל, אַ ביסל אין אַ זײַט. דאָס לאַנד האָט אַן אָנגעווייטיקטע פּראָבלעם מיט אַרמעניע. די רייד גייט דאָ וועגן נאָך איין כּמו־מדינה, נאַגאָרני־קאַראַבאַך, וואָס געפֿינט זיך צווישן אַרמעניע און אַזערבײַדזשאַן. אין די סאָוועטישע צײַטן איז עס געווען אַ טייל פֿון אַזערבײַדזשאַן, און אַזוי בלײַבט עס טעאָרעטיש ביזן הײַנטיקן טאָג. אין דער אמתן, איז עס — נאָך אַ בלוטיקער מלחמה אין די פֿריִע 1990ער יאָרן — אין גאַנצן אָפּגעטיילט פֿון אַזערבײַדזשאַן און באַפֿעלקערט דורך די אַרמענער; די אַזערבײַדזשאַנער האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן די טעריטאָריע.
פֿאַר אַזערבײַדזשאַן איז די באַגעגעניש אין ריגע געווען באַזונדערס וויכטיק, ווײַל דאָרטן האָט מען אַ סך גערעדט וועגן גאַז, בפֿרט גאַז פֿון אַזערבײַדזשאַן. ווי אַ טייל פֿון די באַמיִונגען צו ווערן ווייניקער אָפּהענגיק פֿונעם רוסישן גאַז, פּלאַנירט אייראָפּע אויפֿצובויען אַ רערן־ליניע, וואָס וועט פֿון אַזערבײַדזשאַן ברענגען גאַז, פֿאַרבײַגייענדיק רוסלאַנד. בינו־לבינו, איז די טעג פֿאַרשפּרייט געוואָרן די נײַעס, וואָס פֿרייט אַ סך מענטשן אין אייראָפּע און רופֿט אַרויס אַ האַרץ־ווייטיק אין רוסלאַנד: צום ערשטן מאָל זינט 2012 האָט דער קאָנטינענט באַקומען מער גאַז פֿון נאָרוועגיע איידער פֿון רוסלאַנד.
די געשעענישן אין אוקראַיִנע און, קודם־כּל, די רוסישע אַנעקסיע פֿון קרים — דאָס זײַנען געווען צענטראַלע טעמעס פֿון דער ריגער צונויפֿקומעניש. די „שותּפֿים‟, בפֿרט אַרמעניע און ווײַסרוסלאַנד, האָבן זיך אײַנגעהאַלטן פֿון שטעלן זייערע חתימות אונטער דער אַלגעמיינער דעקלאַראַציע, וואָס האָט אָפּגעפּסקנט רוסלאַנד.
דער רוסישער אויסערן־מיניסטעריום האָט אויף דער דעקלאַראַציע רעאַגירט זייער בייז; גלײַכצײַטיק פֿילט זיך אין רוסלאַנד אַ פֿאַרדראָס. ניט געקוקט אויף אַלע געשעענישן ווילט זיך, פֿון דעסטוועגן, זײַן אַ טייל פֿון אייראָפּע. די דאָזיקע שטימונג האָט זיך זייער קלאָר אַנטפּלעקט שבת אויף דער נאַכט, ווען אין ווין איז אַדורך דער 60סטער פֿאַרמעסט „יוראָוויזיע‟, אין וועלכן יעדע מדינה שטעלט אַרויס אַ ליד, און דער עולם פֿון אַנדערע לענדער קען עס אָפּשאַצן דורך אַ טעלעפֿאָן־אָפּשטימונג. אין רוסלאַנד האָט מען זיך שטאַרק דערפֿרייט, ווען דאָס ליד, אויסגעפֿירט דורך דער חנעוודיקער יונגער זינגערין פּאָלינאַ גאַגאַרינאַ, האָט פֿאַרנומען דאָס צווייטע אָרט.
דאָס ערשטע אָרט האָט מען צוגעטיילט אַ זינגער פֿון שוועדן, מאַנס זעלמערלאָוו, וואָס איז, אויף וויפֿל איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַ האַלבער ייִד. צוריק גערעדט, האָט אַ שאַרפֿזיניקע רוסישע אַקטריסע, וואָס פֿירט אַ פּאָפּולערע פּראָגראַם אויף דעם צענטראַלן מאָסקווער טעלעוויזיע־קאַנאַל, ניט לאַנג צוריק אַ זאָג געטאָן, אַז מע קען ניט זײַן אַ האַלבער ייִד — ס’איז אַדער — אָדער. אפֿשר וועט קומען די צײַט, ווען רוסלאַנד וועט, סוף־כּל־סוף, פֿאַרשטיין, אַז מע קען ניט זײַן האַלב־אייראָפּעיִש, ס’איז אויך אָדער — אָדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.