(די 2 טע זײַט פֿון 3)
מע זינגט אירע לידער אויך אויף ספּעציעלע „טעלעפֿאָנישע טרעפֿונגען‟. ערבֿ יעדן יום־טובֿ באַטייליקן זיך הונדערטער חסידישע פֿרויען אין אַ ספּיעציעלער „קאָנפֿערענץ־פֿאַרבינדונג‟ [conference call], אין וועלכער מע זאָגט תּהילים און אַנדערע תּפֿילות פֿאַר מיידלעך און בחורים, וואָס נייטיקן זיך אין אַ שידוך, און דערנאָך הערט מען אַ האַרציק ליד צו אינספּירירן דעם עולם. ערבֿ־פּסח הײַיאָר, האָבן זיי געזונגען לאָווענס „הערצעלע־ליד‟ („רצון‟), און ערבֿ־שבֿועות — איר „מסורה־ליד‟.
„אַוודאי זאָגן זיי נישט, אַז איך האָב עס אָנגעשריבן, ווײַל איך בין פֿאַר זיי מער נישט כּשר,‟ האָט לאָווען דערקלערט. „דאָס ׳מסורה־ליד׳ האָט געזונגען די געוועזענע דירעקטאָרין פֿון דער טאָשער מיידלשול.‟
לאָווענס שאַפֿערישקייט האָט זיך באַוויזן, ווען זי איז געווען נאָך אַ יונג מיידל. „איך פֿלעג שרײַבן גראַמען און פּאָעזיע, אָבער בלויז פֿאַר זיך אַליין,‟ האָט זי געזאָגט. „קיינער האָט נישט געוווּסט וועגן דעם, אַפֿילו נישט מײַן מאַמע. כ׳בין געווען אַן אינטראָווערט, און געהאַט ווייניק אינטערעס צו רעדן מיט אַנדערע מענטשן וועגן מײַנע געפֿילן.‟
איין מאָל, ווען זי איז געווען בערך 16 יאָר אַלט, האָט זי אָבער אַרײַנגעשיקט איינס פֿון אירע לידער אינעם ארץ־ישׂראלדיקן חסידישן זשורנאַל „באַלויכטונגען‟, און מע האָט עס גלײַך אָפּגעדרוקט.
„דאָס ליד איז געווען אַ משל און נימשל וועגן תּפֿילה,‟ האָט זי דערקלערט. „כ׳האָב עס געשריבן אויפֿן סמך פֿון אַ מעשׂה, וואָס איך האָב געלייענט וועגן עמעצן אין אַ מושבֿ־זקנים, וואָס פֿילט זיך זייער עלנט, און דערפֿרייט זיך שטאַרק, ווען עס קומט אַ קינד אים צו באַזוכן, אָבער דאָס קינד בלײַבט נישט לאַנג, און לויפֿט באַלד אַוועק; פּונקט ווי גאָט וואַרט און וואַרט אויף אונדזערע תּפֿילות, אָבער דערנאָך דאַווענען מיר אָפּ אַזוי גיך, בלויז יוצא צו זײַן.‟
אַ צווייט ליד, „יאַנקעלע‟, האָט זי אָנגעשריבן לכּבֿוד אַ ייִנגעלע, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן נאָך אַ שווערער קראַנקייט:
„יאַנקעלע, דערמאָן זיך אין יענער שווערער צײַט,
ווען אין שפּיטאָל כ׳בין געשטאַנען בײַ דײַן זײַט.
ווען מע האָט דיך געשטאָכן מיט נאָדלען אָן אַ שיעור,
און דו האָסט, נעבעך, געקוקט דאַן צו מיר.
„אוי! דײַן בליק האָט געשריגן, געוויינט שטומערהייט:
„מאַמע, ווי קענסטו שטיין שטיל אין אַ זײַט?
ווי לאָזסטו מיך שטעכן, איך האַלט דאָך נישט אויס,
פֿאַר וואָס זשע נעמסטו מיך נישט אַרויס?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.