(די 3 טע זײַט פֿון 3)
ד״ר אַסיע ווײַסמאַן, די דירעקטאָרין פֿונעם „ייִדישן שפּראַך־אינסטיטוט‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, וועלכע האָט געשריבן איר דיסערטאַציע וועגן חסידישע לידער געשאַפֿן פֿון פֿרויען, האָט געזאָגט, אַז זי האָט אַנטדעקט זיבן מחברטעס, אָבער שפֿרה לאָווען איז די סאַמע פּאָפּולערסטע, צוליב די האַרציקע ווערטער און די היימישע ניגונים. „בעת מײַנע אינטערוויוען מיט חסידישע פֿרויען, האָבן אַ סך פֿון זיי נאָך אַלץ געהאַט די געזאַנג־בלעטלעך פֿון שפֿרה לאָווענס לידער, וואָס זיי האָבן זיך אויסגעלערנט מיט יאָרן צוריק אין מיטלשול אָדער אין זומער־לאַגער,‟ האָט ד״ר ווײַסמאַן געזאָגט.
70% פֿון די חסידישע פֿרויען־לידער זענען וועגן שבת אָדער דער מאַמען. ווייניק פֿון זיי זענען יום־טובֿ לידער, ווײַל עס זענען שוין דאָ אַ שלל מיט קינדער־לידער וועגן די יום־טובֿים.
ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז דער פֿענאָמען פֿון חסידישע פֿרויען, וואָס שרײַבן לידער, האָט זיך אָנגעהויבן בלויז מיט בערך 20 יאָר צוריק. „יאָרן לאַנג האָבן די פֿרויען, ספּעציעל די עלטערע, זיך פּשוט צוגעהערט צו נישט־חסידישע ייִדישע לידער ווי ׳אויפֿן פּריפּעטשיק׳,‟ האָט ווײַסמאַן דערקלערט. אָבער דערנאָך האָבן די רביס אָנגעהויבן דרשענען, אַז „מע טאָר זיך נישט צוהערן צו נישט־היימישע לידער‟, האָבן די פֿרויען אָנגעהויבן אַליין שרײַבן לידער — און, אַוודאי, אויף מער „דידאַקטישע‟ טעמעס, כּדי צו קריגן די השגחה פֿונעם רבין. אַזוי איז אויסגעוואַקסן אַ נײַע טראַדיציע.
פֿון צײַט צו צײַט הערט מען לאָווענס שאַפֿונגען אויך אין נישט־חסידישע ערטער, ווי, למשל, אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ מיט עטלעכע יאָר צוריק, ווען זי האָט אויפֿגעטראָטן מיט אירע לידער „בת־ישׂראל‟ און „דוד המלך‟. געוויסע פֿון אירע לידער קען מען הערן אויף חסידישע קאָמפּאַקטלעך, אָבער דאָרט דערמאָנט מען ווידער נישט איר נאָמען. (בײַ איינעם פֿון אירע לידער שטייט אַפֿילו געשריבן, אַז דער מחבר איז יום־טובֿ ערלעך!). די מיטגלידער פֿון „פֿייסבוק‟ קאָנען הערן אַ גאַנצע זאַמלונג פֿון אירע לידער, אויף דער זײַט, Listen to Shifra’s Songs.
לאָמיר האָפֿן, אַז מיט דער צײַט וועט לאָווען, אַזוי ווי ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, געפֿינען די נייטיקע שטיצע אַרויסצולאָזן אירע אייגענע קאָמפּאַקטלעך, וועלן אַ סך מער ליבהאָבער פֿון ייִדיש זיך באַקענען מיט אירע האַרציקע שאַפֿונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.