(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַנדערע לשונות — דײַטש, פּויליש, שפּאַניש, איטאַליעניש, אונגעריש אאַז״וו — רעדן וועגן אַ העכערן ווי ער וואָלט נישט געווען דערבײַ: מע רופֿט אים עפּעס וואָס איז אין תּוך אַרײַן „ער“, אַ שטייגער, פּויליש Pan ’האַר‘, מיטן זעלביקן ווערב וואָס מיט „ער“. אויף דײַטש גייט מען נאָך ווײַטער: דאָרטן זאָגט מען Sie, טײַטש ’זיי‘ — סײַ רבים, סײַ דריטע פּערזאָן. (אויף דײַטש איז sie דאָך אויך טײַטש ’זי‘. ווי אַזוי מע פּלאָנטערט נישט אַלע טײַטשן פֿון דעם איינעם וואָרט ווייס איך נישט…)
וואַרט, איר זענט נאָך נישט פֿאַרטיק. חוץ „איר“ האָט ייִדיש אויך „עץ“, וואָס דאָס איז אַ מאָל געווען טײַטש דווקא ’איר צוויי‘. הײַנט איז עס, אָבער, טײַטש סתּם ’איר‘ אין גרויסע טיילן פֿונעם פּוילישן ייִדיש. די וואָס זאָגן „עץ“ פֿאַר ‘איר’ זאָגן, אַגבֿ, „ענק“ פֿאַר ‘אײַך’.
פֿאַראַן, אַ פּנים, אויך געגנטן, וווּ מע זאָגט סײַ „איר“, סײַ „עץ“, כאָטש ווי פֿאַרשפּרייט ס׳איז ווייס איך נישט. אָט הערט מען פֿון דזשיגאַן און שומאַכער זייער אַן אויסגעהאַלטענעם באַניץ: „עץ“ זאָגט מען אַ רבים, בשעת „איר“ זאָגט מען איין מענטש וואָס מע וויל אים אַרויסווײַזן דרך־ארץ; פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ ייִדיש־רעדערס ניצן „איר“ פֿאַר ביידע.
חוץ דעם איז דאָ נאָך אַ מעגלעכקייט: „זיי“. ס׳איז נישט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן, דער הויפּט פֿון פּוילישע ייִדן, „זי“ אָדער „זיי“, ווי אויף דײַטש, אַנשטאָט „איר“, ווען מע ווענדט זיך צון אַ יחיד. און אַז דרײַ מענטשן געפֿינען זיך צוזאַמען, און צוויי ווילן עפּעס זאָגן וועגן דעם דריטן בשעת ער שטייט דערבײַ, איז זייער נישט איידל צו זאָגן, „ער“ אָדער „זי“ ; מע זאָגט „זיי“. אָט שרײַבט שלום־עליכם אין „כּתרילעווקער רעסטאָראַנען“: ווען דער פֿרעמדער נאַראַטאָר זאָגט דעם באַלעבאָס פֿונעם רעסטאָראַן, אַז ער וויל עפּעס עסן, רופֿט יענער צו זײַן ווײַב און זאָגט איר אָן, „זיי ווילן עפּעס עסן“. הייסט עס, אַז ווײַל דער ייִד שטייט דערבײַ מוז מען אים אַרויסווײַזן דרך־ארץ דורך רעדן וועגן נישט בלויז ווי ער וואָלט נישט געווען דערבײַ, נאָר ווי ער וואָלט געווען עטלעכע מענטשן וואָס זענען נישטאָ דערבײַ…
פֿאַרקערט, אויב מע וויל יאָ אַרויסווײַזן אומדרך־ארץ, רופֿט מען אַ צווייטן „ער“. פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, „אַ היילונג פֿאַר די נערוון“, וווּ דזשיגאַן, אַ דענערווירטער, ענטפֿערט שומאַכערן: „איך ווייס, אַז כ׳קען אים נישט, זאָגט ער [= שומאַכער], אַז כ׳קען אים יאָ!“
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ: ווער האָט מערסטע ווערטער פֿאַר you? לשון־קודש האָט פֿיר: „אַתּה“ פֿאַר אַ זכר אַ יחיד, „אַתּ“ פֿאַר אַ נקבֿה אַ יחיד, „אַתּם“ פֿאַר זכרים, „אַתּן“ פֿאַר נקבֿות. אויך אונגעריש האָט פֿיר: te, ti, Ön, Maga. (אַגבֿ, צו די פֿיר ווערטער פֿאַר ’דו‘ און ’איר‘ האָט אונגעריש בלויז איין וואָרט פֿאַר ’ער‘ און ’זי‘: ő.) אָבער דעם רעקאָרד האַלט, דאַכט זיך, אַראַביש: זעקס ווערטער פֿאַר you, וואָרן חוץ די עקוויוואַלענטן פֿון די פֿיר לשון־קודשדיקע, זענען אויך דאָ צוויי ווערטער פֿאַר ’איר צוויי‘ — איינס פֿאַר צוויי זכרים, ס’אַנדערע פֿאַר צוויי נקבֿות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.